וואשינגטאן – די "איי-אר-עס" האט נעכטן געמאלדן אז אין די לעצטע שטיק צייט האבן זיי געזען א שטארקע רעדוקציע אינעם צאל פון שווינדלערייען וואס אידענטיטעט–גנבים פירן דורך מיט'ן אריינגעבן פאלשע שטייער דאקומענטן אויף אנדערע אידענטיטעטן צו באקומען גרויסע שטייער ריפאנדס. איי-אר-עס קאמישאנער דזשאן קאסקינען זאגט אז אין יאר 16' האט די אגענטור באוויזן צו שניידן די צאל פון אזעלכע שווינדלערייען מיט האלב, וואס באדייט אז אין יאר 15' זענען געווען 700,000 גערויבטע שטייער ריפאנדס, און אין יאר 16' זענען בלויז געווען 377,000. קאסקינען זאגט אז דער קרעדיט קומט זיך פאר אן אונטערנעמונג וואס די איי-אר-עס האט אונטערגענומען צו ארבעטן אינאיינעם מיט "שטייער צוגרייטער", צו קענען גרינגער אידענטיפיצירן צי עמיצער וואס געבט אריין שטייער דאקומענטן איז טאקע דער פערזאן וואס ער גיט זיך אן, אדער האט ער גערויבט די אידענטיטעט פון א צווייטן.

בילד: איי-אר-עס שווינדלערייען געפאלן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל