בילד: טויש אין אווערטיים צאלונג רעגולאציעס
וואשינגטאן – די טראמפ אדמיניסטראציע האט נעכטן פאראויסגעשטופט א פלאן אפצושאפן רעגולאציעס וועלכע זענען באשטעטיגט געווארן אונטער פרעזידענט אבאמא, אויסצוברייטערן "אווערטיים" צאלונגען פאר 4.2 מיליאן ארבעטער איבער'ן לאנד. די רעגולאציעס האבן געזאלט טוישן דעם סיסטעם, אז אנשטאט וואס ביז היינט האט מען נאר געקענט לעגאל פארלאנגען "אווערטיים" אויב מען האט פארדינט יערליך אונטער 24 טויזנט דאלער, זאל מען קענען פארדינען ביז 47 טויזנט דאלער און נאך אלץ פארלאנגען פונעם ארבעטסגעבער "אווערטיים" אויב ארבעט מען מער ווי די באשטימטע שטונדן. דער טויש האט געזאלט אריינגיין אין אפעקט אין דעצעמבער יאר 16', אבער א פעדעראלער ריכטער האט עס בלאקירט, און יעצט וויל עס די טראמפ אדמיניסטראציע אינגאנצן אנולירן, ווייל אמעריקאנער ביזנעסער און ארבעטסגעבער זאגן אז דאס וועט זיי צווינגען אויפצוזאגן טויזנטער ארבעטער.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל