קענסאס – אן אמעריקאנער בירגער אין קענסאס איז פאראורטיילט געווארן צו דרייסיג יאר טורמע פאר א פלאן דורכצופירן אן אטאקע אין נאמען פון אייסיס אויף אמעריקאנער זעלנער. דער 22 יעריגער דזשאן בוקער פון טאפּעיקא, קענסאס האט זיך דערקלערט שולדיג אויף די טעראר קלאגעס, זאגנדיג אז ער האט פלאנירט דורכצופירן די אטאקע דורך א קאר באמבע ביי דער פארט ריילי מיליטערישע באזע אין קענסאס. בוקער האט געפלאנט צוזאמצושטעלן א באמבע פון טויזנט פונט אמאניום נייטרעיט און באגיין זעלבסטמארד אינעם אויפרייס, און ער האט שוין געהאט אויך רעקארדירט א ווידעא וואס האט געזאלט פובליצירט ווערן נאך זיין טויט. די פאראורטיילונג איז געקומען אינעם זעלבן טאג וואס דער אמעריקאנער זעלנער אין האוואאי, עריק קאנג, האט זיך דערקלערט אומשולדיג אויף די קלאגעס קעגן אים אז ער האט געוואלט שיקן געלטער און דראונס פאר אייסיס.

בילד: 30 יאר טורמע פאר אייסיס פלאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל