ניו יארק – פעדעראלע פארשער זאגן אז דער באן עקסידענט וואס האט פאסירט אין יאר 15' מיט א מעטרא נארט באן, פון וועלכע א אידישע פרוי איז אומגעקומען, האט פאסירט צוליב א פראבלעם מיט די שינעס. דער עקסידענט האט פאסירט ווען די אידישע פרוי מרת עלען בראדי ע"ה איז שטעקן געבליבן אויף די שינעס אין איר קאר, און דער מעטרא נארט באן איז געקומען פליען און אריינגעקראכט אינעם קאר, פון וועלכע עלען איז אומגעקומען און 5 אנדערע אויפן באן זענען אויך אומגעקומען. די פעדעראלע פארשער זאגן אז די שינעס ביי דער באן קראסינג, וואו עלען׳ס קאר איז שטעקן געבליבן, איז געווען פעלערהאפטיג צוזאמגעשטעלט, וואס האט געברענגט אז דער קאר זאל בלייבן שטעקן און פאראורזאכט דעם טראגישן עקסידענט.

בילד: שינעס שולדיג אין מעטרא-נארט באן קראך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל