ניו יארק – אויב דער פרייז פון 3.25 מיליאן דאלער הערט זיך ווי א סאך געלט צו רענטן א ליידיג געשעפט פון 5,200 סקווער פוס (פער יאר רענט), אפילו אין דער גאר טייערער געגנט פון וועסט 42'סטע סטריט אין מאנהעטן, דארף מען אבער וויסן אז די אסטראנאמישע סומע צאלט מען ווייל דאס דינגען דעם ארט קומט מיט אן אינטערעסאנטן זייטיגן בענעפיט: א באן וואגאן פון דעם ניו יארק סיטי סאבוועי סיסטעם פון יאר 961', פארפולקאמט מיט אלטמאדישע גראפיטי. די פראפערטי שטייט שוין ליידיג עטליכע יאר, צוליב וואס די פריערדיגע אייגנטימער זענען געגאנגען באנקראט און האבן זיך נישט געקענט ערלויבן עס ווייטער אנצוהאלטן. אבער יעצט איז עס פריש אויף דער מארקעט, און אויב גלוסט זיך עמיצן צו האבן א געשעפט, אדער גאר אן אפארטמענט, מיט א גרויסן סאבוועי וואגאן אינדערמיט, און מען האט איבריגע 3.25 מיליאן דאלער אין טאש, איז עס דער בעסטער ריעל עסטעיט דיעל אויפן מארקעט אין ניו יארק סיטי...

בילד: א שטיק ריעל עסטעיט מיט א באן וואגאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל