ווירדזשיניע – האבנדיג פארענטפערט נעכטן די פראגע פארוואס א מערהייט פליגערס זענען געפארבט ווייס, איז ערשינען א פרישער אינטערעסאנטער ארטיקל אין וועלכע עס ווערט געשטעלט די פראגע פארוואס כמעט אלע שטאלן, וואס מען זעט אין פארמס, זענען געפארבט רויט. די סיבה פארוואס די שטאלן ווערן בכלל געפארבט, איז פשוט, ווייל רויע האלץ איז מער אויסגעשטעלט צו צעגיין פון רעגן און צופיל זון–שטראלן, און די פארב דינט ווי א שוץ-שיכט, אבער פארוואס פונקט רויט? דער ענטפער איז, ווי פובליצירט אינעם "פארמערס אלמאנאך", ווייל ווען פארמערס האבן אנגעהויבן פארבן זייערע שטאלן, איז נאך בכלל נישט געווען אזא סארט פראדוקט ווי די היינטיגע מאדערנע פארב אין אלע סארט קאלירן, און די פארמערס זענען אויפגעקומען מיט א געניאלן וועג אליינס צו שאפן א צודעק פאר די שטאלן, נישט דוקא ווייל זיי האבן געוואלט פארבן די שטאלן, נאר פשוט עס צו באדעקן אלס א שוץ-שיכט. די מאטעריאלן וואס זיי האבן דאס מערסטע געהאט צוטריט דערצו זענען געווען וואסער און "פעריק עסיד", וואס באדייט אין פשוט'ע טערמינען "דזשאווער", און ווען מ'מישט אויס דזשאווער מיט וואסער, קריגט דאס א רויטליכע קאליר. דערפאר זענען די סאמע ערשטע געפארבטע שטאלן געווען רויט, און די טראדיציע פון פארבן שטאלן מיט דעם קאליר איז אריבער פון איין פארמער צום צווייטן.

בילד: פארוואס זענען שטאלן געפארבט רויט?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל