בריסל – די אייראפעאישע פאראיין'ס העכסטע געריכט האט ארויסגעגעבן אן אורטייל איבער דער יוניאן'ס טעראר ליסטע, זאגנדיג אז די פאלעסטינער כאמאס טעראר גרופע קען דערווייל פארבלייבן אויף דער ליסטע פון טעראר גרופעס, און אין דער זעלבער צייט האט דאס געריכט פארארדענט אז די "טעמיל טיגערס" רעבעלן אין סרי לאנקא קענען אראפגענומען ווערן פון דער ליסטע. די אייראפעאישע טעראר ליסטע איז געשאפן געווארן נאך די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס, און יעצט פארמאגט עס 13 אינדיווידועלן און 22 ארגאניזאציעס. פרא-כאמאס לאיערס און אקטיוויסטן פירן שוין עטליכע יאר א קאמף אראפצונעמען כאמאס פון די ליסטע – וואס כאמאס איז געווען פון די סאמע ערשטע גרופעס ארויפגעשטעלט צו ווערן דערויף – און א נידריגערע אייראפעאישע געריכט האט שוין געהאט געאורטיילט אז כאמאס קען אראפגענומען ווערן. אבער די העכסטע אייראפעאישע יוניאן געריכט האט דערקלערט נעכטן אז כאמאס איז אפיציעל ווייטער א געפארפולע קערפערשאפט און מוז פארבלייבן אויף דער ליסטע. אין דער זעלבער צייט, האט דאס געריכט דערקלערט אז די טעמיל רעבעלן אין סרי לאנקא האבן שוין נישט דורכגעפירט קיין שום אגרעסיע זינט זייער מיליטערישן פארלוסט אין 09' און זענען דעריבער אראפ פון דער ליסטע.

בילד: אייראפעאישע געריכט'ס טעראר ליסטע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל