וואשינגטאן – די אמעריקאנער רעגירונג האט נעכטן באשטעטיגט ערנסטע סאנקציעס קעגן עטליכע הויכראנגיקע פיגורן אינערהאלב דעם רעזשים פון ניקאלעס מאדורע אין ווענעזועלע, אין רעאקציע צו זיינע שריט וואס ער טוט אונטערצודרוקן זיין אפאזיציע און פארכאפן אומלעגאלע מאכט צו זיך. די פרישע סאנקציעס זענען שטארק אויסגעלויבט געווארן דורך די מאדורע קעגנער, וועלכע האבן נעכטן דערקלערט א מאסיוון נאציאנאלן סטרייק פון 48 שטונדן, אויסצודרוקן קעגנערשאפט צו די געפלאנטע וואלן אויף קומענדיגן זונטאג, וואו מאדורע וויל אז א מערהייט ווענעזועלער בירגער זאלן שטימען אים איבערצוגעבן מאכט איבערצושרייבן די גאנצע ווענעזועלער קאנסטיטוציע. אין רעאקציע צו דעם דערקלערטן סטרייק, ווען געשעפטס לייט, פובליק איינגעשטעלטע און סתם בירגער זענען ארויסגעקומען אויף די גאסן און נישט געגאנגען צו דער ארבעט, זענען מאדורע'ס פאליציי קרעפטן געווארן נעכטן מער ברוטאל, און א יוגנטליכער פרידליכער פראטעסטירער איז גלאט אזוי דערמארדעט געווארן.

בילד: סאנקציעס קעגן ווענעזועלע רעזשים

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל