וואשינגטאן – בלויז איין טאג נאכדעם וואס עס האט אויסגעזען אז די רעפובליקאנער האבן זיך שוין עטוואס ארגאניזירט און וועלן באשטעטיגן א ביל אפצושאפן אבאמאקעיר נאכ'ן עס פארשפרעכן פאר זייערע וויילער פאר אכט יאר, שטעלט זיך ארויס אז זיי האלטן נאך גאנץ ווייט פון עררייכן אן אפמאך, און צוויי באזונדערע אפשטימונגען זענען דורכגעפאלן אין די לעצטע 24 שטונדן.

די רעפובליקאנער האבן דינסטאג נאכמיטאג סוקסעספול באשטעטיגט א רעזאלוציע אינעם סענאט אנצוהייבן די דעבאטע אויף דער אישו פון העלט-קעיר, אבער בלויז זעקס שעה שפעטער, איז דורכגעפאלן א ווערסיע פון א ביל וועלכע וועט אנולירן אבאמאקעיר און אריינשטעלן א נייעם סיסטעם אין פלאץ, ווען אזויפיל ווי 9 רעפובליקאנער סענאטארן האבן זיך צוגעשטעלט צו די דעמאקראטן און געשטימט דערקעגן.

דער צווייטער דורכפאל איז געקומען נעכטן נאכמיטאג, ווען די סענאטארן האבן פרובירט צו שטימען אויף נאך א ווערסיע, וועלכע וואלט בלויז אפגעשאפן אבאמאקעיר און נישט אריינגעשטעלט קיין שום נייעם סיסטעם אין פלאץ. דאס איז דורכגעפאלן ווען 3 רעפובליקאנער סענאטארן האבן זיך צוגעשטעלט צו די דעמאקראטן און געשטימט דערקעגן. דער ביל וואלט ערשט אנולירט אבאמאקעיר אין צוויי יאר ארום.

אצינד האלט מען צוריק וואו מ'האט אנגעהויבן. מען דעבאטירט טאקע אינעם סענאט די אישו, אבער ס'איז דערווייל נישטא קיין איין ווערסיע פון א העלטקעיר ביל וועלכע קען באקומען גענוג רעפובליקאנער שטיצע באשטעטיגט צו ווערן. סענאט פירער באטראכטן אויפצוברענגען א "שלאנקן ביל", וואס וועט אנטהאלטן בלויז א מינימאלע אנולירונג פון טיילן פון אבאמאקעיר, דאס הייסט אז ס'וועט לאזן אבאמאקעיר אין פלאץ, און נאר עלימינירן דאס וואס אבאמאקעיר האט געשטעלט א פארלאנג אז יעדער מוז קויפן אינשורענס.

בילד: רעפובליקאנער פאלן ווידעראמאל דורך איבער העלט-קעיר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל