אמאן – א ירדנ'ער בירגער איז אומגעקומען און צוויי אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן, אין א שיסעריי אינצידענט ביי דער מדינת ישראל אמבאסאדע אינעם ירדנ'ער הויפטשטאט אמאן. די שיסעריי קומט אין א צייט ווען די גאנצע אראבישע וועלט ברויזט און צארנט אויף דער ציוניסטישער רעגירונג צוליב וואס זיי האלטן אן די צוימונגען אויף מוסולמענער פון אריינקומען אומגעשטערט צום על אקצא מעטשעט אויפ'ן הר הבית, און לויט ווי די ירדנ'ער רעגירונג אויטאריטעטן געבן איבער, האט די שיסעריי פאסירט ווען צוויי ארטיגע בירגער, איינגעשטעלטע אין א מעבל פירמע, זענען אריין אינעווייניג אין דער אמבאסאדע, און פלוצלינג האט א שיסעריי אויסגעבראכן. די ארטיגע אויטאריטעטן זאגן אז דערווייל איז בכלל נישט קלאר פארוואס און וויאזוי די שיסעריי האט אויסגעבראכן, און זיי האבן בלויז באשטעטיגט אז ס'איז דא איין פאטאליטעט און אז איינער פון די צוויי פארוואונדעטע איז אן איזראעלישער בירגער איינגעשטעלט אין דער אמבאסאדע. אומבאשטעטיגטע באריכטן זאגן אז די אמבאסאדע זיכערהייט וועכטער האבן אנגעהויבן שיסן נאכדעם וואס א ירדנ'ער טעראריסט איז אריינגעקומען און פרובירט דורכצופירן א שטעכעריי אטאקע.

בילד: אינצידענט ביי מדנ"י אמבאסאדע אין ירדן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל