אפריקע – אין א פרישע אינטערוויו, האט גרשום סיזאמו, וועלכער איז דער פירער פון דער קליינער אידישער געמיינדע אינעם אפריקאנער לאנד אוגאנדע, איבערגעגעבן אז די ארטיגע אידישע איינוואוינער הונגערן שטארק, און עס האלט ביי דעם אז מ'לעבט בלויז אויף איין מאלצייט א טאג, און די איבריגע שטונדן פונעם טאג, ווען מ'הונגערט, עסט מען נאר אויב מען טרעפט עפעס געוויקסן און ענליכעס. סיזאמו איז דער אומאפיציעלער פירער פון די "אבאיודאיא", וואס באדייט "מענטשן פון יהודה", וואס אזוי רופן זיך די אוגאנדער אידן וועמען נישט יעדער אנערקענט אלס לעגיטימע אידן, און סיזאמו ברענגט ארויס אז אוגאנדע בכלל ווערט געפלאגט פון א שרעקליכן הונגער, אלס טייל פון א הונגער וועלכע האט זיך אין די לעצטערע מאנאטן אויסגעשפרייט אויפ'ן אפריקאנער קאנטינענט, און צווישן די אידן אין אוגאנדע, זענען אין די לעצטערע וואכן שוין צוויי אידן אויסגעגאנגען פון הונגער און אוועק פון דער וועלט.

בילד: גרשום סיזאמו

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל