איראק – א לענגערן ארטיקל אינעם "וואשינגטאן פאוסט" דעקט אויף אז די אייסיס טעראר גרופע האט שיער געהאט אין זייערע הענט די מאטעריאלן וואס פעלן זיך אויס צוזאמצושטעלן א גאר טויטליכע כעמישע באמבע, אבער ווי ס'האט זיך ארויסגעשטעלט איז די טעראר גרופע בכלל נישט אזוי קלוג און פארגעשריטן ווי מ'מיינט. דער באריכט דערציילט אז אין יאר 14', ווען אייסיס האט געשטורעמט די איראקער שטאט מאסול און האט אוועקגעשטעלט זייער הויפט באזע אינעם "מאסול אוניווערסיטעט" קאמפלעקס, האט זיך געפונען אין איינע פון די אוניווערסיטעט געביידעס עטליכע מאשינען וועלכע ווערן גענוצט צו געבן "ראדיאציע" באהאנדלונג פאר ליידנדע פון דער ביטערער מחלה, און אין די מאשינען ליגט א כעמיקאל באקאנט אלס "קאבאלט 60", וואס איז טויטליך און קען גענוצט ווערן פאר א כעמישע באמבע. למעשה האבן איראקער זעלנער געזען, ביים צוריק פארכאפן קאנטראל אויף מאסול מיט עטליכע וואכן צוריק, אז די מאשינען זענען געבליבן אומבארירט, ווייל די אייסיס טעראריסטן האבן ווארשיינליך בכלל נישט געכאפט וואספארא "אוצר" זיי האבן געהאט אונטער זייער קאנטראל.

בילד: אייסיס שיער געהאט כעמישע באמבע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל