מעקסיקא סיטי – מ'שטייט ווייניגער ווי א יאר בעפאר עס וועלן פארקומען פרעזידענט וואלן אין מעקסיקא, און פון איבער דער וועלט קוקט מען זיך צו מיט אינטערעסע וויאזוי דער ארטיגער קאמפיין וועט זיך אויסקאכן און ווער ס'וועט ארויסקומען דער געווינער. אן אנקעטע וואס איז נעכטן ערשינען, ברענגט שלעכטע נייעס פאר'ן אמטירנדן פרעזידענט הענריקע פענע ניעטע, וויבאלד עס צייגט אז ער קומט אריין נומער דריי אונטער 2 אנדערע קאנדידאטן, און דער ווארשיינליכער געווינער, אויב די וואלן וואלטן יעצט פארגעקומען, וואלט געווען אנדרעי מאניועל לאפעז אובראדאר (Andrés Manuel López Obrador), דער פירער פון דער גאר נייער לינקע פארטיי. די סיבה פארוואס די וואלן ווערן נאכגעקוקט פון איבעראל, איז ווייל מען וויל זען וויאזוי מעקסיקא וועט אין די קומענדיגע יארן האנדלען מיט דער אמעריקאנער רעגירונג אונטער פרעזידענט טראמפ. דער אמטירנדער פרעזידענט ניעטע איז בכלל נישט קיין פריינט פון טראמפ, אבער דאס פאלק האט זיך שטארק אויפגערעגט אויף אים ווען ער האט אריינגעלאזט טראמפ אלס קאנדידאט פאר א באזוך, און האט דאן אפגעהאלטן מיט אים א פרעסע קאנפערענץ. אויב אובראדאר וועט זיין דער קומענדיגער פרעזידענט, דערווארט מען אז ער וועט נעמען א שטייפע ליניע קעגן טראמפ.

בילד: מעקסיקאנער וואלן ווערן היציגער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל