ירושלים – די מדינת ישראל רעגירונג האט נעכטן געצייגט זייער אמת'ן פרצוף, ווען זיי האבן ווייטער אנגעהאלטן זייערע רייצענישן קעגן די אראבער ארום דעם הר הבית, טראץ וואס מ'איז געשטאנען קוים איין טאג נאכדעם וואס ס'האט ל"ע פאסירט א שרעקליכע שחיטה אויף משפחת סאלאמאן הי"ד, וואס ווי מען האט געזען אין א בריוו וואס דער טעראריסט אומאר אל אבעד האט געשריבן עטליכע שטונדן בעפאר'ן דורכפירן די ברוטאלע אטאקע, האט ער דאס געטאן אין רעאקציע צו דעם וואס די איזראעלישע רעגירונג האט איינגעצוימט צוטריט פאר די אראבער צום הר הבית, דורכ'ן אוועקשטעלן דארטן "מעטאל דעטעקטארס".

כאטש די איזראעלישע אויטאריטעטן האבן שוין אינסטאלירט אנדערע זיכערהייט מאסנאמען ארום דעם הר הבית, אריינגערעכנט גאר פארגעשריטענע קאמערעס וואס לויט ווי זיי זאגן קען עס אויפכאפן פון הונדערטער פיס ווייט פונקטליך וואס א מענטש טראגט אין טאש, האבן זיי אבער דערווייל בכלל נישט אוועקגענומען די "מעטאל דעטעקטארס", אנהאלטנדיג דערמיט דעם צארן ביי די אראבישע מאסן אויף די העכסטע אקטאוועס. אין רעאקציע צו דער הארטנעקיגקייט פון דער ציוניסטישער רעגירונג, האט דער פאלעסטינער פירער מוכאמעד אבאס דערקלערט אז ער סוספענדירט "זיכערהייט קאאפעראציע" מיט מדינת ישראל.

נעכטן איז אויך פארגעקומען די טריפלטע לוי' פאר די דריי אידישע קרבנות וועלכע זענען קאלטבלוטיג און ברוטאל דערמארדעט געווארן פארלאפענעם פרייטאג צונאכטס אינמיטן דער סעודה אין דער "חלמיש" זידלונג אינעם מערב ברעג דורכ'ן חלף פון אן אראבישן טעראריסט. טויזנטער האבן זיך באטייליגט ביי דער לוי', ווען די 3 נרצחים, יוסף סאלאמאן הי"ד 70 יאר אלט, זיין טאכטער חי' סאלאמאן הי"ד 46 יאר אלט, און א זוהן אלעד הי"ד, זענען געקומען לקבורה אויפ'ן שטאטישן בית החיים אין מודיעין, וואו יוסף איז געבוירן און וואו 2 פון זיינע 3 לעבן-געבליבענע קינדער וואוינען.

ביי דער לוי' האבן אויפגעטרעטן פארשידענע פערזענליכקייטן, אבער בעיקר האט ארויסגעשטארט די טרויעריגע הספד וואס די פרוי פונעם נרצח אלעד הי"ד האט געגעבן, ווען זי האט דערציילט די שרעקעדיגע מאמענטן פון דער טעראר אטאקע, און שילדערנדיג אז ווי נאר דער טעראריסט האט אנגעהויבן שטעכן, האט זי א כאפ געטאן אירע קליינע קינדער צום אויבערשטן שטאק, זיך באהאלטן אין א צימער, און היות די טיר האט נישט געהאט קיין שלאס, האט זי מיט אלע כוחות אנגעהאלטן דאס הענטל און געשטופט דעם טיר, אין פאל דער טעראריסט וועט זיך פרובירן איינברעכן, און אזוי איז זי און אירע קינדער געראטעוועט געווארן בחסדי ה'.

בילד: מדינת ישראל רעגירונג רייצט זיך ווייטער ביים הר הבית טראץ בלוט פארגיסונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל