נעוואדא – די "הייפערלופ" פירמע, געגרינדעט דורכ'ן אמביציעזן טעכנאלאגיע ערפונדער עלאן מאסק, האט פובליצירט בילדער פון א טעסט וואס זי האט דורכגעפירט אויף איר ערפינדונג, און פלאנירט אין די נאענטע וואכן דורכצופירן נאך א וויכטיגן טעסט. "הייפערלופ" איז א וויזיע וואס מאסק האט, צו אנטוויקלען א נייע סארט טראנספארטאציע מיטל, וואס וועט קענען פירן, צום ביישפיל, פאסאזשירן פון ניו יארק קיין לאס אנדזשעלעס אין 45 מינוט, ביי א שנעלקייט פון 4 טויזנט מייל א שטונדע, דורכ'ן אריינשטעלן די פאסאזשירן אויף זיצן אין א קליינע וואגאן וועלכע זעט ליבערשט אויס ווי א ספעיס שאטעל, און דער וואגאן וועט פליען אין א ספעציעלן רער מיט לופט פרעשור און מאגנעטישע קראפט. הייפערלופ האט פובליצירט בילדער פון א דורכגעפירטן טעסט אין א מאסיוון קאמפלעקס וואס זי האט געבויט אין א מדבר אין נעוואדא, וואו א פראבע וואגאן האט באוויזן אנצוקומען צו 70 מייל פער שטונדע שנעלקייט אין בלויז 5.3 סעקונדעס. די פראבע, וואס ווערט יעצט צוגעגרייט, וועט זיין צו עררייכן די שנעלקייט פון 250 מייל פער שטונדע.

בילד: "הייפּערלופּ" פירט שוין דורך טעסטס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל