מאנהעטן - די ניו יארק סיטי ״מעטרא טראנספארטאציע אגענטור״ פארמאגט א סיסטעם וויאזוי דורכצופירן קאווער אפּס און פארדעקן די פאקטן, יעדעס מאל וואס עס פאסירט אן עקסידענט מיט איינס פון אירע באסעס. דאס איז די באשולדיגונג וואס דער לאיער מייקל גאנזבורג האט געלאזט פאלן ווי א באמבע אין א ניו יארק סיטי געריכט, זאגנדיג אז ער האט קלארע באווייזן אויף זיינע ווערטער. לויט גאנזבורג, האט די עם-טי-עי א פלאטע פון אויספארשער און ״רעטונג ארבעטער״ וועלכע לאזן זיך אראפ אויף די סצענעס פון עקסידענטן וואו עם-טי-עי באסעס זענען פארמישט, צו פרובירן פארדעקן באווייזן וואס קען ברענגען אז די עם-טי-עי זאל ווערן עפעס באשולדיגט אינעם עקסידענט, און לויט ווי גאנזבורג זאגט, וועלן די ספעציעלע אגענטן פון די עם-טי-עי אנקומען צומאל צו סצענעס פון עקסידענטן נאך אפילו איידער די אמבולאנסן באווייזן זיך.

קלאגע: עם-טי-עי פירט דורך ״קאווער אפּס״

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל