האוואאי – אין א פרישער קאמפליקאציע פאר פרעזידענט טראמפ׳ס עקזעקוטיוו ארדער איבער טראוועל און פליטים, האט א ריכטער אין האוואאי געאורטיילט פרייטאג פארטאגס אז דער עקזעקוטיוו ארדער, וועלכע איז פאקטיש יעצט אין קראפט נאכדעם וואס דער סופרים קאורט האט געאורטיילט 3 וואכן צוריק אז ס'קען דערווייל אריינגיין אין קראפט אויף א געצוימטן פארנעם, איז נישט אויסגעהאלטן, היות דאס געזעץ זאגט אז זיידעס, באבעס און אייניקלעך ווערן נישט אריינגערעכנט ווי פאמיליע מיטגלידער צו קענען אריינגעלאזט ווערן קיין אמעריקע פון איינס פון די זעקס מוסולמענער לענדער, אויב זיי האבן אין אמעריקע פאמיליע מיטגלידער. די טראמפ אדמיניסטראציע טענה׳ט אז דער פרישער אורטייל פונעם האוואאי ריכטער פארלעצט אן אורטייל פונעם סופרים קאורט, וועלכע האט באשטעטיגט אז דער עקזעקוטיוו ארדער קען דערווייל אריינגעשטעלט ווערן אין קראפט, און די אדמיניסטראציע האט אריינגעגעבן א ביטע צום סופרים קאורט פאר א פרישער אויסקלארונג.

בילד: טראוועל פארבאט נאכאמאל אין געריכט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל