ניו יארק – וואספארא פנים האט א לאנד ווען דער הויפט עקזעקוטיוו פון גרעסטן באנק אין לאנד דעקלארירט, אז ס'איז בושות צו זיין א בירגער פון דעם לאנד... דזשעימי דימאון איז דער הויפט עקזעקוטיוו פון "דזשעי פי מארגען טשעיס", און אין א ספעציעלן טעלעפאן קאנפערענץ, וואס ער האט אפגעהאלטן פרייטאג, האט ער געזאגט אז ער האט זיך נארוואס צוריקגעקערט פון א רייזע אין אויסלאנד, און ס'איז ממש בושות זיך צו דרייען אין אנדערע לענדער און זאגן אז מען איז אן אמעריקאנער בירגער. דימאון זאגט אז שולדיג איז דער צושטאנד פון גרידלאק און פאליטישע קריגערייען אין וואשינגטאן, וואס מען רייסט זיך ארום איבער נארישקייטן אין א צייט ווען מען דארף ווען זיין פארנומען אויפצוטון מער צו פאררעכטן קריטישע פראבלעמען אין לאנד. דימאון זאגט אז ער האלט אז די אמעריקאנער רעגירונג דארף מער אינוועסטירן אין אינפראסטרוקטור, אין באקעמפן דראג איבערנוץ פראבלעמען און אין ערציאונג.

בילד: טשעיס באנק הויפט: בושות צו זיין אמעריקאנער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל