בילד: זארג אז "שטעכעריי אינטיפאדא" האט זיך באנייט' נאך ברוטאלן מארד פון אידישע משפּחה ביי סעודת שב"ק פרייטאג צו נאכט

זארג איז זונטאג אויסגעדריקט געווארן צו די פּאלעסטינער האבן באנייט זייער "שטעכעריי אינטיפאדא" נאך דעם טראגישן מאסן מארד פרייטאג צו נאכטס אין דעם חלמיש מערב ברעג זידלונג, ווען א פּאלעסטינער רוצח האט זיך אריינגעבראכן אין הויז פון א משפּחה וואס איז געזעסן ביי די סעודת ש"ק. ער איז באפאלן די משפחה מיט א מעסער, שאפענדיג א פּאניק ביי די משפּחה. צו מזל איז געלונגען פאר די מאמע ארויפצולויפן מיט אירע קינדער צום צווייטן שטאק וואו זיי האבן זיך איינגעשפּארט, אבער דער רוצח האט דערשטאכן צום טויט דעם 70 יעריגן זיידע יוסף שאלאמאן, און 2 פון זיינע קינדער, חי', 46 יאר, און אלעד, 36 יאר. די 68 יעריגע באבע טובה, האט יא איבערגעלעבט די וואונדן, און איז אפּגעפירט געווארן אין שערי צדק שפּיטאל אין ירושלים אין א קריטישן צושטאנד.

דאס איז געווען ביז דערווייל דער ערגסטער אינצידענט פון די אויפגעהיצטע אראבער אין רעאקציע צו די נייע מדינת ישראל קאנטראל מאסנאמען ביים הר הבית.

עס האט נישט געדויערט מער ווי א פערטל שעה פון ווען דער 19 יעריגער טעראריסט, אמאר על-אבאד, איז אריבערגעקראכן די צוים פון דעם זידלונג ביז ער איז געשאסן געווארן אין די שאלאמאן היים דורך א סאלדאט וואס איז נישט געווען דאן אין דינסט. לויט די ערשטע באריכטן איז דער טעראריסט גע'הרג'עט געווארן, שפּעטער האט מען באריכטעט אז ער איז בלויז קריטיש פארוואונדעט געווארן, און מ'האלט אים אונטער א שטרענגע וואך אין שפּיטאל. מ'האט אפילו פארעפענטליכט א בילד ווי ער ליגט מיט געקייטעלטע הענט אונטער'ן רוקן, אין א קאלוזשע בלוט.

זונטאג האט מען געהערט פארלאנגען פון די איזראעלי רעכטע עקסטרעמיסטן, אריינגערעכענט די מיניסטארן נפתלי בענעט, אביגדור ליבערמאן, ישראל כץ און איילת שקד, אז מ'זאל געבן טויט שטראף פאר דעם טעראריסט, און לויט בענעט, פאדערט זיך נישט אפילו א ניי געזעץ צו בארעכטיגן די הינריכטונג פון דעם מערדער, ווייל די מיליטערישע געריכטן מעגן דאס טאן.

מדינת ישראל האט אפּגעשאפן טויט שטראף אין 54 ,'אבער עס איז געבליבן אין קראפט פאר מלחמה פארברעכענס, פארראט, פעלקער מארד און פארברעכענס קעגן די מענטשהייט.

פאקטיש האט דער טעראריסט נישט ערווארט איבערצולעבן זיין אטאקע. ווינציגער ווי 2 שעה פאר'ן ארויסלאזן זיך אויף זיין מערדערישע מיסיע האט ערגעשריבן א "צוואה" אויף זיין "פעיסבוק" זייטל אויפ'ן אינטערנעט. ער האט געשריבן (אין די אראבישע שפּראך), אז ער שרייבט איצט זיין צוואה, וואס דאס זענען זיינע לעצטע ווערטער:
איך בין יונג, נאכנישט אפילו 20 יאר אלט. איך האב געהאט א סאך חלומות און א סאך שטרעבונגען, אבער וואס איז דאס לעבן אין א מצב וואו אונזערע פרויען און אונזערע יונגע ווערן ערמארדעט אן קיין שום בארעכטיגונ? זיי פארשוועכן דעם על-אקצא מעטשעט און מיר שלאפן, עס איז א שאנדע אז מיר זיצן דערביי און טוען גארנישט. 
איר, די וואס האבן א גאן און זענען שוין אפּגענוצט, איר וואס ברענגען ארויס א גאן בלויז ביי חתונות און פייערונגען, (די אראבער פירן זיך צו שיסן אין די לופטן ביי זייערע פייערונגען) שעמט איר אייך נישט? פארוואס דערקלערט איר נישט א מלחמה פאר'ן באשעפער? דא שליסן זיי דעם אל-אקצא מעטשעט און איר זענט שטיל? 
אלעס וואס איך פארמאג איז אן אויסגעשארפט מעסער, און עס ענטפערט דעם אויפרוף פון אל-אקצא. שעמט אייך, איר (איזראעליס) וואס פּרעדיגט האס. דער באשעפערוועט נקמה נעמען אויף אייך. מיר אלע זענען די זין פון פּאלעסטינע און די זין פון אל-אקצא. איר, זין פון מאנקיס און חזירים. אויב איר עפענט נישט די צוימען פון אל-אקצא, בין איך זיכער אז מענער וועלן מיך נאכפאלגן און וועלן אייך שלאגן מיט אן אייזערנע פויסט. איך ווארן אייך!

דער אנפאל אין חלמיש איז געווען א  שוידערליכע אטאקע, און מ'האט שוין פרייטאג צו נאכטס פארעפענטליכט בילדער פון די דירה פול מיט בלוט, וואס האט אויפגעשוידערט אלעמען וואס האבן דאס געזען, איבערהויפּט אין אמעריקע, וואו די נייעס איז אנגעקומען פרייטאג שפּעט נאכמיטאג, און האט ממש געשטערט די הכנות צום ש"ק ווען מ'האט געזען וואס עס האט זיך אפּגעשפּילט אין חלמיש.

נאך שב"ק איז געקומען בילדער פון די "זק"א" עסקנים ביי דער ארבעט, וואס האט געוויזן דעם חורבן אין די דירה וואס דער רוצח האט פאראורזאכט. עס איז הארצרייסענד ווען מ'זעט א בילד פונעם טיש מיט די מאכלים פון די סעודה און פון א שלום-זכור, און די בלוטיגע איבערבלייבענישן פון די רציחה.

עס איז זיך שווער פארצושטעלן די הארצרייסענדע לוויות זונטאג נאכמיטאג אין מודיעין, וואו טויזנטער האבן זיך באטייליגט.

מ'האט ארויסגעברענגט ביי די הספּדים די גרויסע טראגעדיע אז עס זענען איצט געבליבן 5 יתומים, און מ'דארף אויך מתפּלל זיין פאר די מאמע-באבע, וואס מ'האט איר ערשט זונטאג איינגעמאלדן אין פּיטאל איבער די טראגעדיע אז זי האט נעבעך פארלוירן איר מאן און אירע 2 קינדער.

א שכן וואס האט געוואוינט קעגנאיבער פון די שאלאמאנס האט דערציילט, אז דער רוצח איז ווארשיינליך דורכגעגאנגען צוערשט זייער הויז, און ווען עס האט אים אויסגעזען אז קיינער איז נישט אין יענעם הויז, ווייל עס איז געווען שטיל, איז ער געגאנגען ווייטער צו דעם שאלאמאן הויז וואו עס איז געווען לעכטיג און לעבעדיג, וואו די משפּחה איז זיך צוזאמגעקומען צו די שמחה פון א שלום זכר.

דאס איז בלויז איין פרישע רינגעלע אין די קייט פון געוואלדטאטן וואס האט זיך אנגעהויבן א וואך פריער פרייטאג, ווען א טעראריסט האט גע'הרג'עט 2 דרוזישע פּאליציאנטן ביים הר הבית ביים על-אקצא מעטשע, און מדינת ישראל האט רעאגירט מיט שליסן דעם הר הבית בלויז צום 3'טן מאל זינט מדינת ישראל האט איינגענומען דעם הר הבית אין די 67 'מלחמה. ווען מדינת ישראל האט אויפגעשטעלט די מעטאל אויפכאפּער מאשינען ביים אריינגיין צום הר הבית, האט דאס ארויסגערופן גרויס צארן נישט בלויז ביי די פּאלעסטינער, נאר אויך אין די גאנצע אראבישע און מוסולמענער וועלט, וואס האט דאס באטראכט ווי א פארזוך פון מדינת ישראל צו ווייזן אז זי איז באלעבאס אויפ'ן גאנצן הר הבית.

ביים אייננעמען דעם הר הבית, האט מדינת ישראל אנערקענט אז אויב זי וועט באלעבאטעווען אויך אויף די מוסולמענער טיפלות, איבערהויפּט דעם על-אקצא מעטשעט, וועט עס פאראורזאכן אן אינטערנאציאנאלע מוסולמענער "הייליגע מלחמה" קעגן מדינת ישראל, וואס אפילו אויב דאס וועט נישט זיין קיין מלחמה אויפ'ן שלאכטפעלד וואו די אראבישע ארמייען האבן נארוואס געליטן א דורכפאל, וועט דאס אבערזיין אן אינטערנאציאנאלער דיפּלאמאטישער אנגריף מיט באיקאטן און אנדערע סאנקציעס וואס מדינת ישראל קען נישט געווינען קעגן די מוסולמענער וועלט. צוליב דעם האט מען געלאזט די מוסולמענער "וואקף" פּאליציי ווייטער אנהאלטן קאנטראל אויפ'ן מוסולמענער טייל פון הר הבית, וואס דער וואקף איז אונטער די ירדן מלוכה. אזוי האלט עס שוין אן 50 יארזינט דאן, ווען יעדער מינדעסטער פארזוך פון מדינת ישראל צו זאגן דעות אדער שטערן צוטריט פאר די מוסולמענער צום הר הבית, פאראורזאכט באלד א שטורעם אין די גאנצע מוסולמענער וועלט, אז מדינת ישראל וויל "צונעמען פון זיי" דעם הר הבית.

דאס זעלבע איז אויך געשען איצט, ווען מדינת ישראל האט איינגעשטעלט געוויסע צוימונגען פאר דעם מוסולמענער צוטריט צו זייערע מעטשעטן אויפ'ן הר הבית, וואס דאס האט פאראורזאכט מאסיווע דעמאנסטראציעס מיט געוואלדטאטן אין ירושלים, און אויך אין די אראבישע וועלט.

א שטארקער דרוק פון אויסלאנד איז געוואנדן געווארן אויף מדינת ישראל, אז זי זאל זיך נישט איינרייסן מיט די מוסולמענער וועלט איבער ווייזן בעלות אויפ'ן הר הבית מיט די מעטאל-אויפכאפּער מאשינען וואס מדינת ישראל האט אויפגעשטעלט און איז אונטער איר קאנטראל. אפילו פון וואשינגטאן האט מען אויך געבעטן, שטילערהייט, אז מדינת ישראל זאל באטראכטן אנדערע זיכערהייט מיטלען, און נישט ברענגען צו קיין אומנויטיגע דירעקטע קאנפראנטאציעס.

די אראבישע געוואלדטאטן זינט פאריגע וואך זענען אויף א גאר ערנסטן פארנעם. נאך די ראיאטן פון פאריגן דאנערשטאג, איז מזרח ירושלים פארפלייצט געווארן מיט טויזנטער איזראעלי סאלדאטן, אבער די ראיאטן האבן פארגעזעצט פרייטאג נאכמיטאג, אין דעם טראדיציאנאלן מוסולמענער געבעט-טאג.

ביים אריינגאנג צו אלט-שטאט ירושלים האט מען געהאט ערנסטע צוזאמשטויסן ווען 6 איזראעלי פּאליסלייט און אן אומבאקאנטע צאל פּאלעסטינער זענען פארוואונדעט געווארן פון די געשלעגן. פון פּאלעסטינער אינסטאנצן האט מען געהערט, אז 3 פּאלעסטינער יוגענטליכע זענען געשטארבן אלס רעזולטאט פון די צוזאמשטויסן.

דאנערשטאג נאכט זענען געווען 42 פארוואונדעטע פון די ראיאטן.

די פּאליציי האט דערקלערט אז מ'וועט נישט ארויפלאזן מוסולמענער וואס זענען יונגער פון 50 יאר צו דעם מעטשעט אויפ'ן הר הבית, אבער פרויען וועט מען יא ארויפלאזן פון יעדן עלטער.

פרייטאג איז דער מוסולמענער געבעט-טאג, אבער ביינאכט האבן זיך הונדערטער מוסולמענער פארזאמעלט נעבן א טויער וואס איז אינדרויסן פון הר הבית, און זיי האבן נאכגעזאגט זייערע מוסולמענער אויסדרוקן וואס א גלח האט געפּרעדיגט פאר זיי שטייענדיג אויף א דאך, אלעס איז געווען באגלייט מיט דעם טראדיציאנאלן מוסולמענער "א-לא אכבאר!" (דער באשעפער איז גרויס) לאזונג וואס די טעראריסטן נוצן ביי זייערע אטאקעס.

זיי האבן אויך געשריגן "געדענקט קייבאר, איר אידן, די ארמיי פון מוכאמעד קומט צוריק". דאס איז געווען א פאררוף צו א מאסן מארד וואס די מוסולמענער האבן דורכגעפירט אויף די אידן, הי"ד, איבער 1,300 יאר צוריק.

ווען די איזראעלי ראיאט פּאליציי האט מארשירט נעבן די דעמאנסטראנטן, האבן זיך די מוסולמענער געשטופּט אויף פאראויס צו פארשטעלן דעם וועג פאר די פּאליציי, אבער דער גלח האט זיי געבעטן צו ווייזן איינגעהאלטענקייט, דאס מאל זאל נישט זיין קיין געוואלדטאטן.

זינט די אטאקע אויפ'ן הר הבית פון פרייטאג פ' פּנחס, איז יעדע נאכט פארגעקומען ראיאטן, אין רעאקציע צו די מדינת ישראל שריט ביים הר הבית. די פּאלעסטינער פירערשאפט אויפ'ן מערב ברעג האט פארלאנגט א "טאג פון אויפרעגונג" און כאמאס אין עזה האט מער אפען פארלאנגט אטאקעס אויף איזראעליס.

אן אראבישער כנסת דעפּוטאט האט זונטאג געזאגט, אז דער 3'טער אינטיפאדא האט זיך שוין אנגעהויבן. כאטש דער אראבישער כנסת דעפּוטאט טאלעב אבו אראר האט געווארנט מיט'ן 3'טן אינטיפאדא, האבן די לאקאלע מוסולמענער פירער אין ירושלים געבעטן אז מ'זאל זיך מער איינהאלטן, און מזרח ירושלים איז געווען גאנץ שטיל ש"ק נאך די חלמיש אטאקע.

די אראבישע ליגע האט זונטאג געווארענט אז מדינת ישראל "שפּילט זיך מיט פייער" אין ירושלים. די אראבער האבן דערקלערט אז ירושלים איז א "רויטער שטריך", אין א שטיצע רעאקציע צו די מאסיווע פּראטעסטן קעגן די מאשינען וואס מדינת ישראל האט אויפגעשטעלט ביים הר הבית. אכמעד אבו גייט, דער גענעראל סעקרעטאר פון די אראבישע ליגע וואס האט 22 מיטגלידער, האט געזאגט אז "ירושלים איז א רויטער שטריך, אראבער און מוסולמענער וועלן נישט לאזן דאס שעדיגן. איזראעל שפּילט זיך מיט פייער ווען זי פּרובירט טוישן דעם סטאטוס-קווא אין די הייליגע שטאט, איבערהויפּט ביים על-אקצא מעטשעט".

גייט האט פריער אין זיין קאריערע געדינט אלס אויסערן מיניסטער פון עגיפּטן און ער האט דאן באזוכט אויפ'ן הר הבית. איצט האט ער געווארענט אז די איזראעלי אינסטאנצן שטעלן דעם גאנצן ראיאן אין זייער א געפארפולן מצב, ווייל אירע פּאליסיס זענען נישט געצילט בלויז אויף די פּאלעסטינער, און זיי שעדיגן די געפילן פון יעדן אראבער און מוסולמענער אין די גאנצע וועלט.

ער האט אויך באשולדיגט אז מדינת ישראל וויל איבערנעמען די אלט-שטאט, כאטש קיין שום לאנד אנערקענט נישט איר הערשאפט אויף דעם, און דאס ווערט באטראכט ווי איינע פון די וויכטיגסטע ענדגילטיגן-סטאטוס טעמע וואס דארף פארהאנדעלט ווערן צווישן מדינת ישראל און די פּאלעסטינער. ער האט געבעטן די אינטערנאציאנאלע געמיינדע, איבערהויפּט אמעריקע, צו נעמען פאראנטווארטליכקייט און פארפליכטן די איזראעלי רעגירונג אנצוהאלטן דעם סטאטוס-קווא.

א געפערליכע ווארענונג פון אים איז געווען, אז "איזראעלי שפּילט זיך מיט פייער און האט אנגעצינדן א גרויסן קריזיס אין די אראבישע וועלט, פארוואנדלענדיג דעם געראנגעל מיט די פּאלעסטינער אין א רעליגיעזן געראנגעל וואס די קאנסעקווענצן קענען ברענגען א חורבן אין דער צוקונפט.

דער יו-ען זיכערהייט ראט וועט באהאנדלען דעם קריזיס אין ירושלים מאנטאג, און די אויסערן מיניסטארן פון די אראבישע ליגע וועלן אויפ'ן פארלאנג פון ירדן האבן אן עמוירדזשענסי זיצונג מיטוואך.


אינטערנאציאנאלע מוסולמענער רעאקציעס

דער הר הבית קריזיס האט אפּגעהיליכט אין די גאנצע מוסולמענער וועלט, און דער אויסגעשפּראכענער פּרעזידענט פון טערקיי, רעצעפּט קאאיד ערדואן, האט זונטאג פארדאמט די איזראעלי שריט ביים הר הבית, ווארענענדיג אז קיינער קען נישט ערווארטן אז די איסלאמישע וועלט זאל בלייבן שטיל נאך די פארשעמונג וואס די מוסולמענער האבן געליטן מיט די צוימונגען ביי זייערע הייליגטומס.

ערדואן האט גערעדט צו די פּרעסע אין איסטאנבול פאר'ן אפּפליען אויף א באזוך קיין סאודי אראביע, קואוועיט און קאטאר. דער טערקישער פּרעזידענט האט שוין דאנערשטאג טעלעפאנירט צום מדינת ישראל פּרעזידענט ראובן ריבלין, פארלאגענדיג אז מדינת ישראל זאל אוועקנעמען די מעטאל אויפכאפּער מאשינען ביים הר הבית.

ריבלין האט פארלאנגט פון טערקיי צו פארדאמען די אטאקע אויפ'ן הר הבית ווען די 2 פּאליסלייט זענען גע'הרג'עט געווארן.

דאנערשטאג אווענט האבן זיך פארזאמעלט צענדליגער אראבישע דעמאנסטראנטן ביי די נוה שלום שוהל אין איסטאנבול. זיי האבן געשטויסן די צוים און געווארפן שטיינער, און געשריגן, "אויב איר לאזט אונז נישט אריין אין אונזער געבעט פלאץ, וועלן מיר אייך נישט אריינלאזן אין אייער געבעט פלאץ!"

אזוי ווי טערקיי וויל זיך שטארקן, געווינען מער אנערקענונג און רעספּעקט אין די מוסולמענער וועלט, האבן טערקישע ארגאנזיאציעס און פאונדעישאנס אנגעהויבן אריינפלוסן צענדליגער מיליאנען דאלארן צו די מוסולמענער אינטערעסן אין מזרח ירושלים און הר הבית, וואס טייל פון די געלטער קומט פון די טערקישע רעגירונג.

צוליב דעם, שטעלט זיך איצט ארויס ערדואן אלס א קעמפער פאר די מוסולמענער אינטערעסן אויפ'ן הר הבית, מער ווי אנדערע מוסולמענער לענדער פירער.

זיכערהייט באווארענונגען פארשטארקט אין גאנצן לאנד

מדינת ישראל האט פארשטארקט די זיכערהייט באווארענונגען איבעראל, איבערהויפּט וואו מ'קומט אריין פון מערב ברעג צו מדינת ישראל.

מוצ"ש האבן די סאלדאטן באמערקט א פארדעכטיגטן אראבער נעבן די מערת המכפּלה און מ'האט געפונען ביי אים א באהאלטענעם מעסער, וואס בחסדי ה' איז מעגליך פארמיטן געווארן אן אטאקע.

אין אלע מערב ברעג זידלונגען האט מען פארשטארקט די זיכערהייט וואך און מ'האט געלעבט אונטער פּחד פון א פרישע אטאקע. מוצ"ש האט מען פארארדענט אלע איינוואוינער פון דעם ישוב אפרת צו בלייבן אין די שטיבער, צוליב זארג אז א טעראריסט האט אריינגעדרינגען. ערשט נאכדעם ווי דאס מיליטער איז דורכגעגאנגען דאס גאנצע פּלאץ און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז געווען א פאלשער אלארם, האט מען ערלויבט פאר די מענטשן ארויסצוגיין פון די הייזער.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל