מאסקווע – דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט אונטערגעשריבן א דאקומענט וועלכע טוט פריש באשטעטיגן אן אפמאך וואס רוסלאנד האט מיט דער סירישער רעגירונג, און ערלויבט דאס רוסישע מיליטער צו האלטן אפן איר מיליטערישע באזע אין סיריע פאר נאך פופציג יאר. דער אפמאך, וועלכע איז שוין אויסגעארבעט געווארן מיט א האלב יאר צוריק, שטעלט אוועק די טערמינען אונטער וועלכע רוסלאנד קען נוצן די סירישע "הימאיעם" לופט באזע אינעם לאטאקיע פראווינץ, וואס דארטן זענען שוין כמעט צוויי יאר סטאנציאנירט די רוסישע מיליטערישע פליגערס וועלכע העלפן אסאד צו באמבארדירן די רעבעלן גרופעס איבער'ן לאנד. ביידע הייזער פונעם רוסישן פארלאמענט האבן אין די לעצטערע טעג באשטעטיגט דעם דיעל, און אבזערווירער האבן געזאגט אז דאס צעמענטירט רוסלאנד'ס איינפלוס און אנוועזנהייט אין סיריע, און אויך שטעלט עס אוועק א כמעט-פערמאנענטע רוסישע אנוועזנהייט אינעם גאנצן מיטל מזרח.

בילד: רוסלאנד און סיריע שליסן באזע דיעל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל