ירושלים – נעכטן האבן טויזנטער מוסולמענער געשטראמט איבער'ן טאג צום מוסולמענער על אקצא מעטשעט אויפ'ן הר הבית, נאכדעם ווי א גרופע מוסולמענער רעליגיעזע פירער זענען ארויסגעקומען און דערקלערט אז דער באיקאט איז פאריבער, וויבאלד די מדינת ישראל רעגירונג האט זיך פולקאם געבראכן און אוועקגענומען סיי די מעטאלענע "דעטעקטארס" און סיי די קאמערעס און אנדערע זיכערהייט מאסנאמען וועלכע זיי האבן אינסטאלירט דארטן אין די לעצטערע טעג.

ווי נאר די פארארדענונג פון די מוסולמענער גייסטליכע פירער, אריינגערעכנט דער מופטי אין ירושלים, איז ארויסגעקומען, האבן זיך ריזיגע מאסן מוסולמענער אינאיינעם געלאזט אין ריכטונג פונעם הר הבית, און ווידעראמאל האבן אויסגעבראכן ראיאטן, ווען די איזראעלישע פאליציי האבן פרובירט צו קאנטראלירן די מאסן מיט פארשידענע מעטאדן, און אויך האבן זיך פילע צעטרעטן איינער דעם צווייטן צוליב'ן כאאטישן צוזאמלויף. פילע פון די מוסולמענער האבן זיך גענומען שיסן שטיינער אויף די פאליציי, און אינאיינעם זענען 113 פארוואונדעט געווארן פון די פרישע אומרוען.

בילד: מוסולמענער גייען ווידער ארויף צום הר הבית; 113 פארוואונדעט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל