טעהראן – די איראנער רעגירונג האט נעכטן געמאלדן אז זי האט סוקסעספול ארויפגעשאסן צום ספעיס א פראבע ראקעט, וואס דער ציל איז עווענטועל ארויפצושיסן איר אייגענעם סאטעליט אין ספעיס, פאר שפיאנאזש, וויסנשאפט און אנדערע נוצן. די מעלדונג איז געלופטערט געווארן מיט גרויס פאמפע לענגאויס אלע רעגירונג-קאנטראלירטע נייעס סטאנציעס, וועלכע האבן אנגעוויזן אז די איראנער רעגירונג האט אפיציעל געעפנט איר סאמע ערשטע ספעיס פארשונג צענטער, דער "אימאם כומעיני ספעיס צענטער", וועלכע באשטייט פון א גרויסן געביידע קאמפלעקס, און איראן צילט צו ווערן א טייל פון דעם אינטערנאציאנאלן געיעג און רייזעס צו די הויכע רוימען. דערווייל האט מען נישט געהערט קיין אפיציעלע קאמענטארן פון דער אמעריקאנער רעגירונג און אנדערע מערב וועלט לענדער, אבער דער שריט, ברענגענדיג איראן נענטער צו ספעיס סוקסעס, שמעקט זיכער נישט פאר אמעריקע, וויבאלד די אמעריקאנער רעגירונג באטראכט אז איראן'ס ווילן צו שיסן ראקעטן צום ספעיס, איז נישט פאר פרידליכע אורזאכן, נאר ווייל זי וויל ארויפשטעלן אן אינטערקאנטינענטאל באליסטיק מיסיל דערויף.

בילד: איראן'ס סוקסעספולע ראקעט פראבע

בילד: ראקעט ווערט צוגעגרייט

בילד: די ראקעט גרייט פאר ארויפשיס

בילד: די ראקעט איז א נאציאנאלע שטאלץ

מאפע: איראן'ס סוקסעספולע ראקעט פראבע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל