ענגלאנד – די בריטישע רעגירונג האט נעכטן געזאגט, אז די באריכטן אז טראמפ'ס געפלאנטע באזוך איז אפגעשטופט געווארן זענען נישט ריכטיג, און דערווייל זענען נישט געמאכט געווארן קיין שום טוישונגען אינעם געפלאנטן באזוך. די בריטישע קעניגין האט געלאדנט טראמפ צו קומען באזוכן ענגלאנד, אבער דערווייל איז נישטא קיין דאטום פונקטליך ווען דער באזוך גייט פארקומען, און נעכטן האט די בריטישע צייטונג "די גארדיען" באריכטעט אז דער באזוך איז אפגעשיבט געווארן מיט עטליכע וואכן. לויט'ן גארדיען באריכט, איז די סיבה צו דער אפשיבונג צוליב וואס פרעזידענט טראמפ האט געלאזט וויסן פאר בריטישער פרעמיער מיניסטארשע, טעריסא מעי, אז ער וויל נישט קומען קיין ענגלאנד אויב ווערט ער באגריסט מיט מאסיווע פראטעסטן דורך הונדערטער טויזנטער – וואס אנטי-טראמפ אקטיוויסטן גרייטן זיך דורכצופירן אזעלכע גרויסע פראטעסטן קעגן אים בשעת ער באזוכט דארטן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל