ניו יארק – דער געוועזענער פעדעראלער פראקוראר אין ניו יארק, פּריט בארארא, וועמען פרעזידענט טראמפ האט אויפגעזאגט אינאיינעם מיט נאך צענדליגער פעדעראלע פראקורארן עטליכע מאנאטן צוריק, איז נעכטן ארויסגעקומען און דערציילט איבער געשפרעכן וואס ער האט געהאט דירעקט מיט פרעזידענט טראמפ. בארארא דערציילט אז ווי נאר טראמפ האט געוואונען די וואלן, האט ער אים אנגעהויבן טעלעפאנירן דירעקט עטליכע מאל. ווי בארארא זאגט איז דאס געווען זייער א מאדנע זאך, צו באקומען טעלעפאן קאלס פונעם פרעזידענט-עלעקט, און שפעטער פונעם פרעזידענט, אן דעם וואס דער אטוירני דזשענעראל זאל אויך זיין אויפ'ן ליין, און אן דעם וואס ער זאל באקומען א ווארענונג אדער נאטיץ פון טראמפ'ס שטאב פון פאראויס אז ער גייט אים אנרופן. בארארא האט נישט אויפגעדעקט פונקטליך וואס טראמפ האט גערעדט צו אים, אבער ער האט געזאגט אז דאס איז געווען זייער א זעלטענע זאך, נעמענדיג אין באטראכט אז אין לויף פון זיינע יארן אונטער אבאמא'ס קאדענץ, האט אים אבאמא קיינמאל נישט טעלעפאנירט דירעקט. בארארא זאגט אז ער איז אויפגעזאגט געווארן דורך טראמפ נאכ'ן נישט וועלן אקצעפטירן נאך א דירעקטן טעלעפאן קאל.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל