קאנעטיקוט – א פרוי איז פאראורטיילט געווארן צו פינף יאר טורמע נאכ'ן מאכן טויט סטראשונקעס צום פאטער פון א אידיש יונגל וועלכער איז אומגעקומען ביים סענדי הוק שיסעריי אין יאר 12'. די פרוי ל. ריטשארדס פון פלארידע האט זיך עטליכע מאל פארבינדן מיט דער פאזנער פאמיליע, די עלטערן פון נח פאזנער ע"ה וועלכער איז געווען צווישן די אומגעקומענע עלעמענטערי סקול קינדער אין סענדי הוק, קאנעטיקוט, און ריטשארדס האט געזאגט פאר דער פאזנער פאמיליע אז די גאנצע סענדי הוק שיסעריי האט קיינמאל נישט פאסירט. די קאנספיראציע אז די שיסעריי איז געווען פאלש און אונטערגעשטעלט דורך דער רעגירונג, איז גאר פאפולער ביי אנטיסעמיטישע און עקסטרעם-רעכטע באנדעס, און די פרוי ריטשארדס האט געזאגט פאר'ן טאטן פון נח ע"ה אז ער גייט שטארבן, ווייל ער העלפט די רעגירונג פארקויפן א ליגנט איבער דער סענדי הוק שיסעריי.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל