האלאנד – א קאר וועלכע האט ווילדערהייט אריינגעקראכט אין פיסגייער אינדרויסן פונעם אמסטערדאמער צענטראלער באן סטאנציע, האט פארוואונדעט דריי אידישע באזוכער פון ארץ ישראל. די אמסטעדאמער פאליציי האט געזאגט אין א סטעיטמענט, אז קודם איז געווען א שרעק אז דא האנדלט זיך פון א פרישע טעראר אטאקע, נעמענדיג אין באטראכט אז מ'שטייט קוים צוויי וואכן נאך דער לאנדאן בריק אטאקע, וואו די טעראריסטן האבן אויך אריינגעקראכט אין פיסגייער, אבער גאנץ שנעל האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער דרייווער האט זיך פשוט אנגעהויבן נישט גוט שפירן אינמיטן דרייוון און האט פארלוירן קאנטראל פונעם קאר, וועלכע איז דאן ארויפגעפלויגן אויפן טראטואר, אריינגעקראכט אין פיסגייער וועלכע זענען דארטן געשטאנען, און דערנאך געקומען צו אן אפשטעל ביי דער וואנט פון דער באן סטאנציע. 5 זענען פארוואונדעט געווארן, און ווי געשריבן זענען צווישן זיי געווען 3 אידן, וועלכע געפינען זיך נאך אין שפיטאל אין א סטאבילן צושטאנד.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל