מאנילא – דער קוריאזער ווילדער פיליפינער פרעזידענט, ראדריגא דוטארטעי, האט נעכטן געזאגט אז ער האט בכלל נישט געהאט געבעטן פון דער אמעריקאנער רעגירונג צו שיקן מיליטערישע הילף, אויף צו העלפן דאס פיליפינער מיליטער באקעמפן די פרא-אייסיס קרעפטן וועלכע באלאגערן שוין עטליכע וואכן די ארטיגע שטאט מאראווי. דוטארטעי'ס סטעיטמענט איז געקומען אין רעאקציע צו דעם וואס דער פענטאגאן האט געזאגט אז זי האט געשיקט טעכנישע מיליטערישע הילף צו די פיליפינען נאכדעם וואס זי האט באקומען א ביטע פון דער ארטיגער רעגירונג, וואס דוטארטעי זאגט אז ער האט קיינמאל אזא ביטע נישט געמאכט. פיליפינען'ס באציאונגען מיט אמעריקע איז געווארן שטארק אנגעצויגן זינט דוטארטעי איז אריינגעקומען אין מאכט מיט זיינע ווילדע סטעיטמענטס אז ער דארף נישט צוקומען צו אמעריקע. עס איז דא א מעגליכקייט אז די פיליפינער מיליטערישע גענערעלער, וועלכע זענען שטילערהייט ווייטער שטארק פרא-אמעריקע, האבן געשיקט די הילפס ביטע אן דעם וואס דוטארטעי זאל אפילו וויסן דערפון.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל