קאטאר – די רעגירונג אין קואוועיט האט פארגאנגענע וואך געזאגט אז זי וועט פירן געשפרעכן צווישן קאטאר און די פינף אראבישע גרויסמאכטן וועלכע האבן אפגעהאקט באציאונגען מיט קאטאר, און נעכטן האט קואוועיט געברענגט א מעסעדזש פון קאטאר, אז די ארטיגע אראבישע מלוכה איז גרייט זיך אראפצוזעצן און אויסהערן די טענות וואס די אראבישע לענדער האבן קעגן איר, און לויט דעם מאכן די נויטיגע רעפארמען. דאס קומט נאכדעם וואס דאס אפהאקן די באציאונגען האט אן אנגייענדיגע שטארק-נעגאטיוון אפעקט אויף קאטאר, מיט פאמיליעס וועלכע זענען אפגעריסן צווישן זיך צוליב דעם פארבאטענעם טראוועל צווישן די לענדער, און אויך האט מען געהערט אז עס הייבט זיך אן צו אנטוויקלען אן עסנווארג מאנגל אין עטליכע קאטארישע שטעט, וואס דאס צו באקעמפן האט איראן, אן אליאירטע פריינט מיט קאטאר, נעכטן געשיקט עטליכע גרויסע מיליטערישע טראנספארט פליגערס אנגעפילט מיט עסנווארג און הומאניטערישע הילף.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל