פראנקרייך – שרייבנדיג די שורות זונטאג נאכמיטאג, קומען אריין די רעזולטאטן פון די אפגעהאלטענע פארלאמענט וואלן אין פראנקרייך, וואו די נייע צענטריסטישע פארטיי פונעם ניי-ערוויילטן פרעמיער מיניסטער, עמאניועל מאקרון, קומט אריין גאר שטארק. מאקרון'ס פארטיי וועט ווארשיינליך קאנטראלירן א גרויסע מאיאריטעט פונעם פארלאמענט, וואס וועט ארויסהעלפן מאקרון דורכצופירן זיין אגענדע. עס זענען דא 577 פארלאמענט זיצן, און צו האבן אליינס א מאיאריטעט וועט זיין פארטיי דארפן באקומען 289 זיצן, וואס לויט די ערשטע ציילונגען זעט אויס אז זיין פארטיי וועט גרינג אנקומען צו דעם ציפער. אויב וועט מאקרון'ס פארטיי טאקע האבן געווינען א מאיאריטעט אינעם פארלאמענט, וועט דאס זיין נאך א פאליטישער שאק פאר די קאנסערוואטיווע און סאציאליסטישע פארטייען אין לאנד, וועלכע האבן לאנגע יארן קאנטראלירט פאליטיק און רעגירונג.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל