ניו יארק. - דיו אילו ימי וכל מי כנישותא, איז נישט שייך, מיט׳ן בעסטן ווילן, צו קענען שילדערן די אומגלויבליכע מחזה הוד פון קידוש שם שמים במקהלות רבבות בית ישראל וואס האט זיך אנטפלעקט נעכטן זונטאג, א׳ שלח תשע״ז, אין בארקלעיס צענטער אין ניו יארק, א מעמד נורא הוד וואס האט אויפגעטרייסלט און אויפגעקאכט די גאנצע אידישע וועלט בארץ ובגולה אויף א פרעצעדענטלאזן פארנעם, און וועט איינגעקריצט ווערן אלס א היסטארישער טאג בקורות ימי היהדות החרדית!

אצינד אין די שפעטע נאכט-שטונדן, נאענט צום ״ויהי ממחרת״, שטורעמען נאך די געפילן ביים ציבור פון רבבות ישראל, וואס איז דורכגעדרונגען ברגשי קודש, מחד גיסא פון איבערראשונג צו זען דעם אומגעהויערן כח און אומשאצבארן פארנעם פונעם ״ערליכן כלל ישראל״, א לגיון של מלך אשר לא יספר מרוב בליעה״ר, חייל אלף אלפין, וזר לא יתערב עמנו, ומאידך גיסא דורכגענומען עד עמקי לבבם פון די פלאם-פייערדיגע דרשות, הארץ-רייסנדע תפלות ובקשות, קלארע אויפקלערונגען איבער דעם שוידערליכן מצב פונעם גיוס, און פון דעם הייליגן געמיינזאמען אויסגעשריי: נצח ישראל לא ישקר!

צענדליגער טויזנטער שלומי אמוני ישראל – ועל צבאם אן אויבנאן פון די גרעסטע מנהיגים, אדמו"רים ורבנים וראש ישיבות פונעם יהדות החרדית אין חוץ לארץ - זענען ארויסגעקומען אין דעם מעגא-גיגאנטישן ״בארקלעיס צענטער״ סטאדיום אין ברוקלין, ניו יארק אויסצושרייען א קול מחאה וזעקה מעומק הלב קעגן דעם שוידערליכן גזירת גיוס וואס איז א גזירת שמד אויף טויזנטער ערליכע אידן, און דראעט חלילה ביז עטליכע יאר אפּצואווישן דעם רוב מנין ורוב בנין פונעם ערליכן אידנטום בארה"ק היל"ת.

די רבבות חרדישע אידן, וואס זענען געקומען זיך באטייליגן ביי דעם כינוס על פי קריאתו פון התאחדות הרבנים דארה"ב, ובראשם דער מאור הגולה כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ואתו עמו די מנהיגי היהדות החרדית, האבן אויסגעשריגן 'ה' הוא אלקינו ולו אנו עבדים' און אלע טצדקי שבעולם וועלן אונז נישט אפשטעלן, מיר וועלן נישט בלייבן מיט פארלייגטע הענט און זיך לאזן פארפירן פון די איינשלעפונג מיטלען און דריידעלעך ווען מ'רייסט שטיקער פון כלל ישראל.

אין שפּיץ פון די רבבות ישראל וואס זענען זיך צונויפגעקומען מכל אפסים, אויף אן אומגלויבליכן פארנעם, האט ארויסגעשיינט דער פרעכטיגער ״פני המזרח״, באשיינט פון די סאמע עיני העדה, מכל פנות ומחנות, א זעלטן קאלירפולער אויבנאן, דלאו בכל יומא מתרחיש! א זעלטענער ספעקטרום פון מרנן ורבנן וראשי ישיבות, אדמורי״ם, רבנים, ובראשם די רועי ישראל כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, כ"ק מרן אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, כ״ק מרן ראב״ד סאטמאר שליט״א, די גדולי הרבנים כ"ק מרן אדמו"ר ממונקאטש שליט"א וועלכער האט זיך אנגעשטרענגט און געקומען זיך משתתף צו זיין ביים מעמד קידוש השם, כ"ק מרן גאב"ד קאשוי שליט"א ולרפו"ש וועלכער איז געקומען ממש מיט מסירת נפש לקדש שם שמים, כ"ק גאב"ד וויען שליט"א, כ״ק אדמו״ר מספינקא שליט״א, און די אנדערע הונדערטער רבנים ואדמו"רים שליט"א, פון אלע שיכטן און קרייזן, כולם נקבצו באו! דאס בילד איז געווען אומבאשרייבליך!

גאר א שטארקן רושם האט געמאכט די השתתפות פון גדולי ראשי הישיבות בארה"ב, א שטייגער ווי הגאון הגדול רבי אהרן משה שעכטער שליט"א, ר"י חיים בערלין, מזקני ראשי הישיבות מארה"ב, וועלכער האט אויך גערעדט דברים כדברונות איבער דער ביטערע גזירה, הגאון רבי אשר קאלמאנאוויטש שליט"א ראש ישיבת מיר, און דעם בריוו וואס מ'האט פארגעלייענט פון הגאון הגדול ר' אהרן פעלדמאן שליט"א, ראש ישיבת נר ישראל באלטימאר, וואס האט זיך משתתף געווען פונדערווייטנס און געגעבן חיזוק פאר דער אסיפה לשם שמים. גאר שטארק האט יורד געווען לחדרי בטן די הארציגע דרשה פון הגאון הגדול ר' שמואל ארי' לעווין שליט"א, ראש ישיבת חפץ חיים בארגענטינע, און הרה"ג ר' יהודא ראבי שליט"א פון בני ברק וועלכער האט ארויסגעברענגט דעם ביטערן חורבן ביים יהדות ספרד.

דער ציבור האט געהערט מיט דורשט דעם דבר ה' מירושלים פונעם מרא דארעא דישראל שר צבא וגדול הדור, כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א, וואס איז געווארן בראדקעסירט אויף א הוק-אפּ. ווי אויך האט מען געהערט מהררי ציון דורך טעלעפאנישע הוק-אפּס שטארקע דיבורים פון כ"ק הגאון הצדיק המקובל רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, ממנהיגי חסידי ברסלב; כ"ק הגאון הצדיק המפורסם רבי ישראל יצחק קאלמאנאוויטש שליט"א פון בני ברק; און פון הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א, חבר הבד"צ עדה החרדית אין נאמען פונעם בית דין הגדול בירושלים. פון די מרחקים איז אויך געקומען א דעלעגאציע פון לאנדאן פון די ראשי הקהלה, ובראשם הגה"צ ר' ברוך נתן האלבערשטאם שליט"א, אבדק"ק סאטמאר לאנדאן, די גרעסטע חסיד'ישע קהלה אין אייראפּע.

הגאון הצדיק ר' יחזקאל רוטה שליט"א, גאב"ד קארלסבורג, האט געהאלטן א פייערדיגע דרשה מעורר רחמים צו זיין קעגן דער ביטערער גזירה. אויך האט דער ציבור געשלינגען מיט דורשט: די דברי פתיחה פונעם פה מפיק מרגליות הגה"צ רבי אשר אנשיל אשכנזי שליט"א, אבדק"ק חוות דעת סיגעיט; די דרשה פון הגה"צ רבי הלל וויינבערגער שליט"א, אבדק"ק סערדאהעלי ודומ"ץ נייטרא ויו"ר התאחדות הרבנים, וועלכע האט פאררופן די אסיפה לשם שמים. אן עדות נאמנה איבער דער ביטערער גזירה האט איבערגעגעבן הרב יוסף דוד שעכטער שליט"א מארה"ק, אן אייניקל פון הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א. מ'האט אויך געהערט א גאר עלאקאוואנטע דרשה אין ענגליש דורך הרה"ג ר' יעקב שאפּירא שליט"א, רב אין קווינס, וועלכער האט ארויסגעברענגט דעם הבדל פון אידישקייט און ציוניזם, און פארוואס אידישע קינדער קענען נישט דינען אין מיליטער.

וזאת ליהוד״ה ויאמר! אחרון אחרון חביב, נאך די פלאמפייערדיגע דרשות פון די רבנים הגדולים מאורי ישראל, האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש דער ראש גולת אריאל, מנהיג עדת הקודש אשר על פי דיבורו היו נאספים, כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט מנהמת לבבו הטהור אויסגעשריגן דעם קול ה' בכח איבער דער ביטערער גזירה און דער שוחד וואס פירט מאנכע צו וועלן פארשטילן די גזירה. דעם רבינ׳ס דרשה ומשא המעמד, בקול חנוק מדמעות, איז געווען דער סאמע הויכפונקט פונעם מעמד וואס האט אנגעצונדן אן אש להבה, דורכגעריסן די הערצער פונעם ציבור און אפגעקלינגען איבער דער גארער וועלט!

נאך די פלאמעדיגע דיבורים פונעם סאטמארער רבי'ן שליט"א האט דער ציבור לרבבות זיך אויפגעשטעלט יעדער פון פלאץ, און אנגעהויבן מיט א מורא'דיגן התעוררות אויסשרייען ״אבינו מלכינו" שטיקל ביי שטיקל און "שיר המעלות ממעמקים" פסוק בפסוק, פארגעזאגט מיט א געוואלדיגן רגש געשטיקט פון טרערן דורך כ"ק הגאון הצדיק אבדק"ק קאפיש שליט"א.

אין קורצע שורות איז אוממעגליך איבערצוגעבן די איבערגיסנדע הרגשים פונעם ציבור ביי די פסוקי תחנונים ותהלים. אבער מיר וועלן איבערגעבן די אבזערוואציע פון אן אנוועזנדן זשורנאליסט וואס איז פארפרעמדעט פון אידישקייט, וואס האט געזאגט פאר'ן שרייבער פון די שורות, צוזעענדיג ווי עס גיסט זיך טייכן טרערן פון אידן אינעם סטאדיום, ביים נאכזאגן הגה"צ אבדק"ק קאפּיש שליט"א די אבינו מלכנו'ס קרע רוע גזר דיננו, תהא השעה הזאת שעת רחמים וכו'... "עס זעט אויס ווי יום כיפור." - "עס איז!" איז געווען דעם שרייבער'ס אנטווארט.

אידישע קינדער האבן געוויינט פאר שכינתא בגלותא, אז אידן זאלן בלייבן טייערע עבדים לה' ולתורתו. ס'איז אומבאשרייבבאר דער לימוד זכות בשמי מרומים. ווען די פמליא של מעלה האט צוגעזען ווי אידישע קינדער פארגעסן פון זייער אייגענעם צער, און זענען עוסק בצערא פון די שכינה הקדושה, די ווייטאג פון כנסת ישראל. דער ״תהא השעה הזאת שעת רחמים״ האט זיך ווי פון זיך אליין געבעטן פון די אלע צענדליגער טויזנטער אויפגעפלאמטע הערצער!

נאך די אלע דרשות האט מען געהערט די רעזאלוציעס פון דער אסיפה פארגעלייענט דורכ'ן יושב ראש העצרת, הר"ר שלמה אליעזר מייזעלס הי"ו פון מאנסי, און דער עצרת האט זיך געשלאסן מיט פסוקי יחוד אויסגעשריגן מנהמת לב הומה למען כבוד וקדושת שמו יתברך פון עמוד ההוראה כ"ק הגאון הצדיק ראב"ד סאטמאר שליט"א, וואס האט אריינגעדרינגען לחדרי בטן און איז געווען דער פּאסיגער שלוס פאר דעם מעמד כבוד שמים.

ווי געזאגט איז נישט מעגליך צו קענען שילדערן אפילו בלויז אפס קצהו פון דעם מעמד אדיר! עס פאדערט זיך גאנצע בלעטער, צו שילדערן און אפצושאצן וואס דא האט פאסירט און זיך אפגעשפילט, און באמת די ״דברים שבלב״ ביי די רבבות ישראל איז דאך זיכער נישט שייך צו שילדערן. אבער וואס איז זיכער איז, אז דער עצרת וכינוס הרבבות איז געווען א מעכטיגע מאניפעסטאציע פון כבוד שמים, און האט געברענגט אן אומגעהויערע אויפוואכונג אין כלל ישראל איבער דעם ביטערן גזירת שמד וואס האט זיך שוין אנגעהויבן און ס'לויערט צו ווערן פיל ערגער. עס האט מאחד געווען כלל ישראל לתפילה ולמלחמה, צו קעמפן פעלזן-פעסט און שרייען און בעטן רחמי שמים ביז דער ביטערער גזירה וועט אי״ה גענצליך בטל ווערן, במהרה בימינו.













קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל