פלארידע – היינט מאנטאג וועלן אפגעהאלטן ווערן עטליכע צערעמאניעס אפצוצייכענען דעם ערשטן יארטאג פון ווען ס'האט פאסירט די שרעקליכע טעראר אטאקע שיסעריי אין ארלאנדא, פלארידע. די טעראר אטאקע האט פאסירט ווען דער אמעריקאנער מוסולמענער דזשיהאדיסט, אומאר מאטין, האט געשטורעמט א פארזאמלונגס צענטער און זיך גענומען שיסן מיט מיליטערישע סארט רעוואלווערס אויף די פארזאמלטע, אומברענגענדיג 49 מענטשן – אין אן אטאקע וועלכע איז באצייכנט געווארן אלס די ערגסטע מאסן שיסעריי אין אמעריקאנער היסטאריע. מאטין איז אומגעברענגט געווארן אין א שיסעריי אויסטויש מיט די פאליציי, וועלכע האבן געשטורעמט דאס ארט, נאכדעם ווי ער האט אויפ'ן טעלעפאן דערקלערט אז ער טוט עס פאר אייסיס, און די שיסעריי טעראר אטאקע איז ביז יעצט נאך אלץ אונטער אויספארשונג, צוליב וואס אויספארשער גלייבן אז די פאליציי וואלטן געקענט שנעלער רעאגירן, מיט בעסערע טאקטיקן, וואס וואלט פארמיטן אזא הויכע צאל קרבנות.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל