יוסטאן – די סטעיט טעקסאס באטראכט א ניי געזעץ, וועלכע וועט גרינגער מאכן פאר מענטשן וועלכע האבן נישט צו באצאלן געלטער וואס זיי ווערן באשטראפט דורכ'ן געריכט. ביז יעצט ארבעט דער סיסטעם אין טעקסאס, און פילע אנדערע סטעיטס זענען ענליך, אז אויב א ריכטער אורטיילט אז מ'מוז עפעס צאלן א געלט שטראף און מען האט נישט דאס געלט, ווערט מען אריינגעווארפן אין טורמע און סתם אזוי געהאלטן דארטן, ביז מ'קען אויפקומען מיט'ן געלט, דורך זיך פארבינדן מיט פאמיליע מיטגלידער א.ד.ג., וואס ביי דער ענדע קאסט עס סתם אפ געלטער פאר די לאקאלע מוניציפאליטעטן, אויפצוהאלטן פרישע ארעסטאנטן אין טורמע בלויז ווייל זיי האבן נישט צו באצאלן זייער שטראף געלט. אינעם טעקסאס סטעיט סענאט איז שוין דא אומפארטייאישע שטיצע פאר א ביל וואס וועט רעפארמירן דעם סיסטעם, און מען ארבעט יעצט אז דער רעפובליקאנער גאווערנאר, גרעג עבאט, זאל זיך פארפליכטן אז ער וועט עס אונטערשרייבן, וואס דער ביל וועט זאגן אז אויב האט מען נישט צו באצאלן, וועט מען דארפן ארבעטן קאמיוניטי סערוויס, אדער אויסארבעטן א באצאלונג פלאן, אדער פארלאנגען א ספעציעלע "וועיווער" פון א ריכטער, נישט צו דארפן באצאלן די שטראף געלט אזוי לאנג ווי מען וועט נישט באגיין נאך א קרימינאלע אקט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל