ניו יארק – א גרופע ציווילע-רעכטן אקטיוויסטן באקלאגן זיך איבער דעם וואס א מערהייט פאליציי דעפארטמענטס איבער'ן לאנד, די וועלכע האבן שוין איינגעפירט קערפער-קאמערעס אויף אלע אפיצירן, האבן גאר לויזע רעגולאציעס ווען עס קומט צו פארלאנגען פון די אפיצירן ווען זיי מוזן יא און מוזן נישט גיין אנגעטאן מיט די קערפער קאמערעס. א באריכט אינעם "אסאשיעטעד פּרעס" נעכטן האט געצייגט אז א מערהייט פאליציי אפיצירן זענען ערלויבט צו פארלעשן אדער אויסטאן די קערפער-קאמערעס בשעת זיי זענען נישט "אין אמט" (דאס ווערט גערופן "אָף דוטי" אין ענגליש). די אקטיוויסטן זאגן אז עס איז זייער וויכטיג אז אפיצירן זאלן יא האלטן אנגעצונדן די קערפער-קאמערעס אפילו סתם אזוי ביים זיך דרייען אין גאס, וויבאלד מען קען קיינמאל נישט וויסן אז עפעס אן אינצידענט וועט זיי אונטערקומען, און זיי וועלן דארפן רעאגירן, און שפעטער וועט מען דארפן האבן די רעקארדירונגען פונעם אינצידענט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל