ניו יארק – איינס פון די צוויי נוקלעארע ענערגיע איינריכטונגען ביים "אינדיען פוינט" נוקלעארער פלענט אין וועסטשעסטער קאונטי, ניו יארק, ווערט אין די טעג אפגעשפארט און אפגעשטעלט, וויבאלד די אויטאריטעטן ווילן ערזעצן אלטע אפגענוצטע וואסער-רערן וועלכע רינען שוין לאנגע מאנאטן ארויס וואסער, ברענגענדיג א שרעק אז דאס וועט פירן צו א נוקלעארער ארויסרינונג. די "ענערדזשי קארפארעישאן", וועלכע פירט מיט'ן אינדיען פוינט נוקלעארער פלענט וואס געפינט זיך בלויז דרייסיג מייל ווייט פונעם געדעכט-באוואוינטן ניו יארק סיטי, זאגט אז מען האלט א נאענט אויג אויף די וואסער ארויסרינונגען און דערווייל איז נישטא קיין שום געפאר פאר'ן פובליק. די יעצטיגע אפשפארונג קומט נאכדעם וואס מען האט קוים עטליכע וואכן צוריק געענדיגט א 100 מיליאן דאלערדיגן פראיעקט צו פאררעכטן אנדערע טיילן פון אינדיען פוינט, און בכלל איז געסקעדזשועלט אז גאנץ אינדיען פוינט וועט אפגעשפארט און אוועקגעפירט ווערן אויף ענדע יאר 021'.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל