ראטשעסטער – פונקט הארט בעפאר צענדליגער טויזנטער אידן וועלן ארויספארן צום אפסטעיט ניו יארק ראיאן צו פארברענגען דארטן די זומער מאנאטן, הערט מען אז די "ליפט" און "אובער" טעקסי-סערוויס פירמעס וועלן זיך אויסברייטערן און אנהייבן סערווירן קאסטומערס אינעם אפסטעיט ראיאן. לויטן פלאן, וועלן די צוויי פירמעס אנהייבן סערוויסן דעם אפסטעיט ראיאן אום יוני 29, וואס וועט ארייננעמען באפעלא, ראטשעסטער, אלבאני, סיראקיוז, לאנג איילענד און נאך. ביז יעצט זענען די צוויי פירמעס געווען ערלויבט נאר צו אפערירן אין ניו יארק סיטי, און דער סטעיט סענאט און לעגיסלאטור האט געשטימט עטליכע מאנאטן צוריק צו ערלויבן די פירמעס זיך אויסצוברייטערן קיין אפסטעיט. דאס ברענגט אויך מיט דזשאב געלעגנהייטן קיין אפסטעיט, וויבאלד מענטשן וואס זענען אויטא אייגנטימער, קענען זיך איינשרייבן צו דינען אלס דרייווער אדער פאר "ליפט" אדער פאר "אובער" און פארדינען געלט אין דער זייט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל