לאנדאן – די אייראפעאישע אוויאציע ריז "עירבאס" סטראשעט, אז זי וועט ארויסציען אלע אירע פראדוקציע פאבריקן פון ענגלאנד, אויב וועט די בריטישע רעגירונג נישט נאכגעבן אירע פארלאנגען. עירבאס פארמאגט פאבריקן אין ענגלאנד, און זי וויל אז טראצדעם וואס עס גייען אוועקגעשטעלט ווערן איינגעצוימטע גרעניצן און האנדלס אפמאכן צווישן ענגלאנד און די איבריגע אייראפעאישע לענדער, זאל עירבאס באקומען אן אויסנאם, אז אירע ארבעטער זאלן קענען גיין און קומען פריי און רואיג, צווישן ענגלאנד און די אנדערע אייראפעאישע לענדער, און אויך זאל זי נישט אויסשטיין קיין שום האנדלס שטייערן ביים ארויסליפערן פראדוקטן פון ענגלאנד צו אנדערע אייראפעאישע לענדער. עירבאס באאמטע שפירן אז יעצט וועלן זיי קענען לייגן מער דרוק אויף בריטישן פרעמיער מיניסטארשע, טעריסא מעי, אז זי זאל נאכקומען זייערע פארלאנגען, וויבאלד איר פאזיציע איז אפגעשוואכט נאכ'ן ליידן אן ערנסטן דורכפאל ביי די נארוואס-אפגעהאלטענע פארלאמענט וואלן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל