ניו דזשערסי – עלטערן פון קינדער אין א ניו דזשערסי הויך-שולע זענען ארויסגעקומען זיך באקלאגן איבער דעם וואס די ארגאניזירער פון די שולע'ס יאר-בוך האבן פארמעקט און פארווישט טיילן פון די בילדער פון די סטודענטן, אלעס מיט'ן ציל צו פארווישן דעם פאקט אז פילע סטודענטן זענען גרויסע שטיצער פון פרעזידענט דאנאלד טראמפ. דער יאר-בוך פארמאגט פילע בילדער פון סטודענטן וועלכע האבן אריגינעל זיך אנגעטאן מיט העמדלעך פונעם טראמפ קאמפיין מיט זיין סלאגאן "טראמפ! מאך אמעריקע גרויס נאכאמאל!", און די ארגאניזירער פונעם יאר-בוך האבן פארמעקט די סלאגאנען און אריינגעלייגט פאלשע און פאליסיפיצירטע בילדער. די עלטערן טענה'ן אז די ליבעראלע באוועגונג אין אמעריקע איז געגאנגען פון באריכטן "פאלשע נייעס" צו שעדיגן דאנאלד טראמפ, ביז פובליצירן "פאלשע בילדער" אים צו שעדיגן...



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל