וואשינגטאן – אמווייניגסטנס איין פערזאן האט געהאט אלע ציפערן פונעם פאוערבאל לאטעריע וואס איז נעכטן נאכט ארויסגעצויגן געווארן, פאר א דזשעקפאט פון 448.7 מיליאן דאלער. די נומערן וועלכע זענען ארויסגעגעבן געווארן זענען געווען 32, 26, 20, 38 און 58, מיט די פאוערבאל ציפער 3. לאטעריע באאמטע זאגן אז אמווייניגסטנס איין טיקעט, וועלכע איז פארקויפט געווארן אין סאן סיטי, קאליפארניע, האט געהאט אלע ציפערן גוט, אבער דערווייל האט זיך נאך קיינער נישט איינגעמאלדן. די יעצטיגע לאטעריע איז געשטיגן צו 448 מיליאן דאלער נאכדעם וואס ניינצן מאל האט מען עס ארויסגעצויגן און ס'איז נישט געווען קיין געווינער, און יעצט אז עס איז דא א געווינער, ווערט עס באטראכט אלס איינס פון די גרעסטע לאטעריע געווינסן אין פאוערבאל'ס היסטאריע – אויסער אויב ס'וועט אפירקומען אז נאך איינער האט געהאט אלע גענויע ציפערן, וואס דאן וועט די 448 מיליאן דאלער צעטיילט ווערן אין צווייען.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל