באסטאן – איבער עטליכע גרויסע שטעט אין אמעריקע זענען נעכטן אפגעהאלטן געווארן גרויסע פראטעסטן, צו פארשרייען די איסלאמישע "שאריא געזעצן". די ארגאניזירער פון די פראטעסטן זאגן אז די עקסטרעמע שאריא געזעצן שטעלן אין געפאר אמעריקאנער בירגער און די פרייהייט וואס די אמעריקאנער קאנסטיטוציע שענקט פאר יעדן בירגער. די ארגאניזירער ארבעטן אונטער דער "עקט פאר אמעריקע" ארגאניזאציע, וועלכע האט ארגאניזירט פראטעסטן אין ניו יארק, שיקאגא, באסטאן, דענווער און סיאטעל, וויבאלד זיי זאגן אז צוביסלעך הייבן אן איסלאמישע ראדיקאלע גרופעס אריינצוברענגען שאריא געזעצן אין קליינע שטעטלעך איבער'ן לאנד. מוסולמענער פארשטייער האבן אבער פארשריגן די ארגאניזירטע פראטעסטן, זאגנדיג אז דאס זענען פשוט'ע העסליכע אנטי-מוסולמענער דעמאנסטראציעס, פארמאסקירט אונטער א קאמפיין קעגן שאריא געזעצן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל