וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער איז גרייט אויפצוטרעטן אונטער א שבועה איבער זיינע געשפרעכן מיט דזשעימס קאומי. טראמפ זאגט אז אויב וועט זיך אויספעלן, וועט ער זיך אראפזעצן מיט'ן ספעציעלן פראקוראר, ראבערט מולער, וועלכער פירט אן די אויספארשונג איבער מעגליכע קאאפעראציע צווישן דעם טראמפ קאמפיין און א רוסישע העקעריי קאמפיין, און וועט דערציילן פאר מוללער אלעס איבער זיינע געשפרעכן וואס ער האט געהאט מיט קאומי איבער מייקל פלין. טראמפ האט דאס געזאגט ביי א פרעסע קאנפערענץ וואס ער האט אפגעהאלטן פרייטאג מיט'ן פירער פון רומעניע, ווען יענער האט באזוכט אין ווייסן הויז, און טראמפ האט ביי דער פרעסע קאנפערענץ שארף אראפגעריסן דזשעימס קאומי, זאגנדיג אז ער איז א ליגנער און אויך אז קאומי דארף אויסגעפארשט ווערן נאכדעם ווי ער האט זיך מודה געווען אז ער האט ארויסגעליעקט אינפארמאציע צו דער מידיא.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל