וואשינגטאן. – דער סענאט שפיאנאזש קאמיטע וועט אפהאלטן צוויי פארהערן, אונטער פארמאכטע טירן, וואס וועט ציען גאר אסאך אינטערעסע. דער ערשטער פארהער וועט זיין מיט טראמפ׳ס איידעם און ראטגעבער, דזשעראד קושנער, וועם די קאמיטע וועט אויספרעגן איבער זיינע זיצונגען מיט'ן רוסישן אמבאסאדאר סערגעי קיזליאק און א רוסישן באנקיר אין די טעג בעפאר דער איינשווערונג. קושנער איז אונטער אויספארשונג דורך די עף-בי-איי איבער די זיצונגען, און דער סענאט וויל הערן וואס קושנער'ס ציל איז געווען ביים זיך טרעפן מיט די סארט רוסישע פיגורן. באזונדער וועט אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס אויפטרעטן פאר דער קאמיטע איבער דער רוסלאנד-טראמפ אויספארשונג, וואס זיין אויפטריט וועט זיין אין רעאקציע צו קאומי׳ס אויפטריט פאריגן דאנערשטאג, וואו קאומי האט דערציילט אז ער האט געבעטן סעשאנס אפצוהאלטן טראמפ פון רעדן צו אים, און באזונדער האט קאומי געגעבן אנצוהערן אז ער ווייסט עפעס באהאלטענע זאכן ארום סעשאנס.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל