פראנקרייך –דער סאמע ערשטער נאצישער טראנזיט קעמפ אין פראנקרייך, וועט פארוואנדלט ווערן אין א ספעציעלן געדענקמאל פאר אידישע האלאקאוסט קרבנות. דער פיטיווערס קעמפ איז געווען א פשוט'ע באן סטאנציע, וועלכע די נאציס ימ"ש האבן, נאכ'ן אינוואדירן און אקופירן פראנקרייך, פארוואנדלט אין א טראנזיט קעמפ אין יאר 941, וואו נאענט צו פיר טויזנט אידן זענען געהאלטן געווארן. אין פיטיווערס זענען קליינע קינדער אפגעטיילט געווארן פון זייערע עלטערן, און זיי זענען ווייטער געהאלטן געווארן דארטן, בשעת זייערע עלטערן זענען דעפארטירט געווארן קיין אוישוויץ און אומגעקומען על קידוש ה'. אצינד וועט די גאנצע באן סטאנציע באקומען די סטאטוס פון א געדענקמאל פאר דער האלאקאוסט עפאכע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל