בוענאס איירעס – דייטשלאנד'ס קאנצלערין, ענגעלע מערקעל, האט אפגעשטאט א באזוך אין ארגענטינע, וואו זי האט באזוכט די גרעסטע שוהל אין בוענאס איירעס און דארטן געגעבן א רעדע. ביי איר רעדע אין שוהל, האט זי אנערקענט די אידישע היסטאריע צווישן ארגענטינע און דייטשלאנד, ווען אין לויף פונעם צווייטן וועלט קריג האט ארגענטינע געעפנט אירע טויערן און אריינגענומען טויזנטער אידן וועלכע זענען אנטלאפן פון אייראפע פון די נאציס ימ"ש. מערקעל האט ביי דער רעדע אויך פארדאמט די טעראר אטאקע אויפרייס וואס האט פאסירט מיט מער ווי צוואנציג יאר צוריק אויפן אידישן אמיא צענטער אין בוענאס איירעס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל