מאסקווע – די רוסישע רעגירונג האט געשיקט א שארפע ווארענונג פאר'ן אמעריקאנער מיליטער, אז מער זאלן זיי נישט דורכפירן קיין אטאקעס און באמבארדירונגען אויף פרא-סירישע און פרא-רוסישע באוואפנטע גרופעס אין סיריע. דאס קומט נאכדעם וואס מיט צוויי וואכן צוריק האבן אמעריקאנער זעלנער אין סיריע זיך דערזען אין א דירעקטער אטאקע געפאר דורך פרא-אסאד קרעפטן אין מזרח סיריע, און האבן אריינגערופן עטליכע אמעריקאנער באמבארדיר פליגערס פאר שטיצע און שוץ, און די אמעריקאנער פליגערס האבן באמבארדירט די פרא-סירישע קרעפטן. רוסלאנד'ס אויסערן מיניסטער סערגעי לעווראוו זאגט אז ער האט גערעדט טעלעפאניש מיט'ן אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט רעקס טילערסאן, און אים געזאגט אז אזעלכע שריט שטערט די מעגליכקייטן פון גרייכן א פאליטישע לעזונג צום בלוטיגן פארצויגענעם קריג אין סיריע. אויך האבן לעווראוו און טילערסאן דיסקוסירט דעם קריזיס אין דער אראבישער וועלט צווישן קאטאר און סאודי אראביע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל