ענגלאנד – בריטישע אויטאריטעטן האבן אויפגעדעקט אז די לאנדאנער בריק טעראר אטאקע וואלט ווען געקענט זיין פיל מער טויטליך, ווען נישט די טעראריסטן האבן געליטן א דורכפאל בעת'ן פלאנירן. ווי די אויטאריטעטן זאגן האט דער טעראריסט קוראם באוט אריגינעל באשטעלט א טראק פון פערצן טויזנט פונט צו נוצן פאר דער אטאקע, אבער די טראק רענטל פירמע האט עס אפגעשאפן, וויבאלד די קרעדיט קארטל וואס מ'האט געגעבן צו באצאלן איז נישט דורך. אנשטאט האבן די טעראריסטן גענוצט א קלענערן ווען. אויב וואלטן זיי ווען יא גענוצט די גרויסע טראק, וואלטן געווען פיל מער פאטאליטעטן. אויך האט מען נעכטן צום ערשטן מאל געזען בילדער פון די פאלשע זעלבסטמארד וועסטלעך וואס די טעראריסטן האבן געהאט אנגעקליידט אויף זיך, וואס לויט ווי די פאליציי האט נעכטן געזאגט, איז דער ציל פון די פאלשע וועסטלעך געווען צו דערשרעקן מענטשן און פארכאפן משכונות גלייך נאכדעם וואס זיי האבן געענדיגט אריינקראכן אין פיסגייער אויף דער בריק – וואס דער משכונות טייל פון דער אטאקע איז דורכגעפאלן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל