לאנדאן – אייראפע און די איבריגע וועלט האבן זיך נאך אלץ נישט בארואיגט פון די שאקירנדע רעזולטאטן פון די בריטישע פארלאמענט וואלן, וועלכע זענען אפגעהאלטן געווארן דאנערשטאג, ווען די קאנסערוואטיווע פארטיי פון פרעמיער מיניסטארשע טעריסא מעי האט פארלוירן איר פולן קאנטראל פונעם פארלאמענט, און מעי – וועלכע האט פאררופן די וואלן זייענדיג איבערצייגט אז זי וועט נאר פארשטערקערן איר קאנטראל – וועט יעצט דארפן זיך צוזאמשטעלן מיט קלענערע פארטייען צו פארמירן א רעגירונג. עס האבן זיך אויסגעפעלט פאר א פארטיי צו געווינען 326 פארלאמענט זיצן צו קענען האבן פולקאמען קאנטראל אויפ'ן פארלאמענט און אז דער פארטיי פירער זאל זיין פרעמיער מיניסטער. ביז יעצט האט מעי'ס קאנסערוואטיווע פארטיי געהאט היבש מער ווי 326, אבער ווי געשריבן האט זי דערווארט צו באקומען מער. למעשה האט די לעיבאר פארטיי יעדן שאקירט און זיי זענען אריינגעקומען אומגעהויער שטארק. ביי דער ענדע האבן די קאנסערוואטיוון באקומען 318 זיצן (13 ווייניגער ווי זיי האבן געהאט ביז יעצט) און לעיבאר האט באקומען 262 (30 מער ווי זיי האבן געהאט ביז יעצט). עס איז דא א קאמפיין אז מעי זאל אפטרעטן פון דער פרעמיער מיניסטער פאזיציע און לאזן דעם לעיבאר פארטיי פירער, דזשערעמי קארבין, פרובירן צו פארמירן א רעגירונג מיט 326 זיצן, אבער מעי זאגט אז זי וועט קענען סוקסעספול זיך צוזאמשטעלן מיט אנדערע קלענערע פארטייען און האבן 326 פארלאמענט זיצן אין איר קאאליציע צו פארבלייבן ביי דער מאכט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל