"דורכ'ן אויפכאפן צייטליך א פראבלעם, שפארט מען בעז"ה רוב פון די צער, געלט און צייט"

זענט איר מסופק צו איינער וועם איר קענט לעבט מיט א מענטל-העלט-פראבלעם?

אויב זעהט איר איינס אדער מערערע פון די פאלגענדע סימפטאמען, קען עס מעגליך צייגן אויף א פריע ווארענונג פון א פראבלעם:

  • עסן אדער שלאפן צו סאך אדער צו ווייניג
  • זיך אפשיידן פון מענטשן און געווענליכע אקטיוויטעטן
  • שוואכע - אדער בכלל נישט – ענערגיע שטאפלען
  • שפירן געליימט (Numb) אדער נישט זיין אינטערסירט אין גארנישט
  • ליידן פון אומערקלערבארע ווייטאגן
  • שפירן הילפלאז און האפענוגסלאז
  • שפירן צעמישט, נערוועז, אויפגערעגט, אנטוישט, באזארגט אדער דערשראקן
  • שרייען אדער זיך קריגן מיט פאמיליע אדער חברים
  • עקסטרעמע גיסטע-טוישונגען וואס ברענגט פראבלעמען זיך צו פארשטיין מיט אנדערע
  • זיך דרייען מיט עקשניות'דיגע געדאנקען און זכרונות וואס איר קענט נישט פטור ווערן פון זיי
  • הערן קולות אדער זעהן זאכן וואס איז נישט דא במציאות
  • טראכטן פון זיך שעדיגן אדער שעדיגן אנדערע
  • נישט קענען אויספירן די טעגליכע פליכטן, ווי קער נעמען פון אייערע קינדער אדער אנקומען צו די ארבעט\שולע



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל