דאס אפהאקן די דיפלאמאטישע פארבינדונג מיט קאטאר דורך די אראבישע לענדער, לייגט אריין קאטאר אין א שווערע איזאלאציע. איר פליגער פארבינדונג איז צושטערט, איר עסן סופליי איז ענג, און די ווירבלנדע און פארנומענע לופטפעלדער פון קאטאר שטייען פוסט אין די טעג. דער אויסערן מיניסטער פון דייטשלאנד איז נעכטן ארויסגעקומען אין שטיצע פון קאטאר, זאגנדיג אז ״קאטאר איז א וויכטיגע מיטגליד אין די אינטערנאציאנאלע אנטי-טעראר קאאליציע, און די שריט קעגן איר זענען אומבארעכטיגט״. ער האט געמאכט די באמערקונגען דורכאויס א באזוך פונען קאטאר אויסערן מיניסטער אין דייטשלאנד.

דערווייל זעהט נישט אויס ווי די זייטן זענען געקומען צו א פארגלייכונג. דער עמיר פון קאוועיט האט אין די לעצטע טעג אריינגעלייגט שטארקע באמיאונגען צו לעזן דעם קריזיס און אויך וואשינגטאן האט אנגעטראגן צו דינען אלס פארמיטלער. אבער ווי עס זעהט אויס איז סאודי אראביע גאר שטייף אין איר פאזיציע קעגן קאטאר.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל