הרב הקדוש רבי ישכר בער זי"ע, באקאנט אלס דער סבא קדישא מראדישיץ, איז געבוירן אין יאר תקכ"ה, אין די שטאט ראדישיץ, צו זיין פאטער הרב רבי יצחק ע"ה, און צו זיין מוטער די צדיקת מרת מרים ע"ה.

זיין פאטער רבי יצחק, איז אלס בחור געווען פון די נאנטע מענטשן ביים גרויסן מגיד, דער הייליגער רבי ר' בער פון מעזריטש זי"ע, און ווען ער איז געווען אין די יארן פון שידוכים, האט אים דער הייליגער רבי ר' בער אנגעטראגן, אז ער זאל חתונה האבן מיט די משרת, וואס באדינט ביים אים אין שטוב, זי איז געווען גאר א חשוב'ע מיידל, און דער הייליגער רבי ר' בער האט זיי צוגעזאגט, אז זיי וועלן געבוירן א קינד וואס וועט באלייכטן די וועלט, די ברכה איז טאקע מקוים געווארן, און רבי יצחק מיט זיין פרוי האבן זוכה געווען צו דעם קינד, הרב הקדוש רבי ישכר בער, דער הייליגער ראדישיצער, וועלכער האט באלאכטן די וועלט מיט זיין צדקות און קדושה.

***

שוין אלס קליין קינד האט מען געזעהן, אז דער ראדישיצער איז א הייליג קינד, פון די זיבן יאר האט ער שוין אנגעהויבן צו גיין יעדן טאג אין מקוה, און אפילו אין די פראסטיגסטע ווינטער טעג, פלעגט ער ברעכן די אייז און זיך טובל'ן אין די קאלטע וואסערן.

דער הייליגער ראדישיצער האט חתונה געהאט מיט די רעבצין די צדיקת מרת בילא, א טאכטער פון הרב ר' מרדכי ע"ה, קודם האט ער געוואוינט נעבן זיין שווער אין די שטאט חענטשין, וואו ער האט געדינט דעם באשעפער מיט גרויס פלאג, דארט איז ער אויך געגאנגען יעדן טאג זיך טובל'ן אין טייך אפילו אין די שטארקע פרעסטן, און האט געדינט דעם אויבערשטן מיט גרויס מסירת נפש.

שפעטער איז אריבערגעגאנגען וואוינען אין די שטאט חמעלניק, וואו ער איז געווארן נאנט צו הרה"ק מוהר"ר אליעזר ליפא זצ"ל, בעל מחבר ספר אור לצדיק, וועמען ער האט באדינט און זיך אסאך געלערנט פון אים, שפעטער איז ער צוריקגעגאנגען וואוינען קיין ראדישיץ, און כאטש ער איז געווען גאר א גרויסער ארימאן, האט דאס אים גארנישט געשטערט פון זיין הייליגע עבודה.

דער הייליגער ראדישיצער פלעגט נישט ארויסווייזן זיין גרויסקייט אין תורה, מ'האט אים נאר שטענדיג געזעהן דאווענען, און זאגן תהלים מיט בכיות, און דערפאר האבן אים די מענטשן אנגערופן, בערל דער בטלן, מ'האט געמיינט אז ער איז נישט מער ווי א פשוט'ער מענטש.

שפעטער ווען דער הייליגער ראדישיצער איז באקאנט געווארן אין די וועלט אלס גרויסער רבי, פלעגן טויזענטער חסידים קומען צו פאָרן צו אים נאך ישועות און רפואות, און יעדער איז ארויסגעגאנגען א געהאלפענער, אויך צענדליגער גאונים וצדיקים פלעגן קומען צו אים שעפן פון זיין גרויסע תורה און קדושה.

דער הייליגער ראדישיצער האט אמאל געזאגט פאר'ן הייליגן תפארת שלמה, אז ער איז אראפגעקומען אויף די וועלט נאר כדי צו ווייזן פאר מענטשן, אז ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט.

מ'דערציילט, אז דער הייליגער ראדישיצער איז אמאל געפארן צו דער שטאט טאמשוב, וואו אלע איינוואוינער זענען געווען מתנגדים און האבן נישט געגלייבט אין די צדיקי הדור, ווען דער וואגן פונעם הייליגן צדיק איז אריינגעפארן אין שטאט, האט ער געזאגט, אז ס'איז

געקומען די צייט צו מפרסם זיין דעם אויבערשטנ'ס נאמען אויף די וועלט, און האט געזאגט, אז אלע וועלכע גלייבן נישט אז צדיקים האבן א כח, זאלן אהערקומען און ער וועט זיי ווייזן אז מ'קען אפילו לעבעדיג מאכן טויטע.

ווען די מענטשן פון שטאט האבן דאס געהערט, האבן זיי אנגעהויבן צו שטראמען צו אים, איינער איז געקומען מיט א חולה, איינער האט געברענגט א שטומער וועלכער האט נישט רעדן, און איינער מיט טויבער וועלכער האט נישט געקענט הערן, און אלע זענען ארויסגעגאנגען פון דארט געזונט און שטארק, דער צדיק האט אויסגע'פועל'ט פאר יעדן א רפואה.

די וואונדערליכע נייעס האט זיך שנעל צושפרייט, און פון אלע דערנעבענדיגע שטעט איז מען געקומען צו פאָרן צו ווערן געהיילט ביים ראדישיצער צדיק, און אזוי איז יעדער געוואויר געווארן אז ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט.

***

שוין א שטיק צייט פאר דער הייליגער ראדישיצער איז נפטר געווארן, האט מען שוין באמערקט אויף אים, אז ער גרייט זיך צו גיין צו יענע וועלט.

פרייטאג נאכמיטאג, פרשת בהעלותך, י"ח סיון אין יאר תר"ג, האט הייליגער ראדאשיצער געבעטן אז מ'זאל אים ברענגען זיינע צדקה פושקעס פון רבי מאיר בעל הנס, און פון חברה ביקור חולים, און פון חברה הכנסת אורחים, און ער האט אריינגעלייגט אין זיי עטליכע פרוטות, און אין די שפעטע נאכמיטאג שעה'ן, ממש פאר'ן זמן פון שבת, איז זיין הייליגע נשמה ארויף אין הימל, זייענדיג אכט און  זיבעציג יאר.

צוליב די קדושה פון שבת איז די לויה נישט געווען פרייטאג, נאר ס'איז אפגעשטופט געווארן אויף זונטאג כ' סיון, די צדיקים וועלכע האבן זיך באטייליגט ביי די לויה, האבן באפוילן אויסצורופן, אז דער וואס איז יענעם טאג נישט געווען אין מקוה, זאל בשום אופן נישט צוצורירן צום הייליגן ארון.

אינמיטן די לויה, איז אנגעקומען קיין ראדישיץ איינער פון די חסידים וועלכער האט געוואוינט אין א ווייטע שטאט, ווען יענער האט געהערט אז די ארון איז שוין אויסער די שטאט, איז ער שנעל אהינגעלאפן, כדי נאך צו קענען אריינכאפן צו צוצוגיין צו די מטה פון זיין רבי'ן דער הייליגער ראדישיצער זי"ע.

אבער ווי נאר יענער האט אנגערירט דעם ארון, האט ער גע'חלש'ט, מ'האט אים פרובירט צו דערמונטערן, אבער ס'האט גארנישט געהאלפן, ס'איז געווארן א גרויסער איבערקערעניש, ביז ווען איינער פון די צדיקים וועלכע זענען דארט געווען האט באפוילן, אז מ'זאל שנעל אריינפירן דעם איד אין שטאט, און מ'זאל אים אריינווארפן אין מקוה מיט אלע זיינע קליידער, מ'האט טאקע אזוי געטאן, און ער האט זיך טאקע באלד ערוועקט, און ער האט זיי דערציילט, אז פון גרויס איילעניש איז ער נישט געווען יענעם טאג אין מקוה, און ווי נאר ער האט אנגערירט דעם ארון איז ער געפאלן אין חלשות.

דער הייליגער ראדישיצער איז געקומען לקבורה אין בית החיים אין די שטאט ראדישיץ, וואו עס איז נאכדעם אויפגעשטעלט געווארן אן אוהל, און ביז'ן היינטיגן טאג איז זיין ציון א פלאץ וואו טויזנטער אידן קומען צו פאָרן נאך ישועות און רפואות, א גאנץ יאר, און בפרט אינעם טאג פון די יארצייט, און מענטשן גייען ארויס פון דארט א געהאלפענער, אפילו חוץ לדרך הטבע.

ס'איז באקאנט, אז דער הייליגער ראדאשיצער האט געזאגט, אז ס'וועט קומען א צייט ווען מ'וועט שוין נישט הערן וואס ער ענטפערט, אבער דאך וועט מען ארויסגיין פון אים א געהאלפענער.

***

דער הייליגער חוזה פון לובלין איז אמאל דורכגעפארן דעם דערפל רודא, וועלכע געפינט זיך צווישן ראדישיץ און מאָלעניץ, און ס'איז פונקט דעמאלט געווען די צייט פון מנחה, דער הייליגער חוזה האט זיך אפגעשטעלט ביי א גאסט הויז, און האט געוואלט דאווענען מנחה מיט מנין.

אין יענעם דאָרף האבן נאר געוואוינט געציילטע אידן, און ס'האט געפעלט איינער צו מנין, און וויבאלד דער הייליגער חוזה פלעגט מצרף זיין צו מנין נאר ספעציעלע חשוב'ע מענטשן, האט מען קודם געווארט אביסל כדי מ'זאל טרעפן א חשוב'ע איד, אבער זעענדיג אז ס'ווערט שפעט און מ'טרעפט נישט קיין צענטן, איז דער משמש ארויסגעגאנגען אין די גאס און געזוכט איינעם.

אונטערוועגנס האט ער געטראפן דעם הייליגן ראדישיצער, ער האט נישט געוואוסט ווער יענער איז, איז ער שנעל צוריקגעלאפן און געזאגט פאר'ן הייליגן חוזה, אז ער האט געטראפן א געוויסן בטלן פון די ארימעלייט וועלכע דרייען זיך ארום אין די שטאט, און ער האט אויסגע'משל'ט בערך וויאזוי יענער קוקט אויס, און ער וויל וויסן, צי ער זאל אים אריינרופן צו מנין אדער נישט, האט דער רבי פון לובלין געענטפערט, אז יא מ'זאל אים יעצט אריינרופן.

ווען דער הייליגער ראדישיצער איז אנגעקומען, איז דער הייליגער חוזה געווען זייער בשמחה, און מ'האט אנגעהויבן צו דאווענען, אבער תיכף ווען מ'האט זיך געשטעלט דאווענען שמונה עשרה, איז דער ראדישיצער פאר'חלש'ט געווארן, מ'האט אים פרובירט צו דערמינטערן ביז ס'איז אים טאקע בעסער געווארן, און ווי נאר ער האט ווידער אנגעהויבן צו דאווענען, איז ער נאכאמאל פאר'חלש'ט געווארן, און מ'האט אים פרובירט צו דערמינטערן.

נאכן דאווענען איז דער הייליגער חוזה צוגעגאנגען צום ראדישיצער, און אים געזאגט, אז אפילו ווען מ'זעט עפעס, דארף מען זיך נישט אזוי דערשרעקן.

***

דער הייליגער סבא קדישא מראדישיץ זי"ע האט שוין זוכה געווען פון זיינע גאר יונגע יארן צו ווערן נאנט צו צדיקי אמת, ער האט אמאל געזאגט, אז ער האט זוכה געווען צו באדינען הונדערט און צוואנציג תלמידי חכמים, וואס יעדער פון זיי איז געווען א בעל רוח הקודש.



ביי זיין בר מצוה איז ער געפאָרן צום הייליגן רבי משה לייב סאסובער זי"ע, פון וועמען ער געווארן א נאנטער תלמיד, שפעטער איז ער געפאָרן צום הייליגן רבי'ן פון לובלין זי"ע, וועלכער האט אים גאר שטארק מקרב געווען, און ער האט זיך דארט אויסגעלערנט א וועג אין עבודת ה'.

אויך פלעגט ער פאָרן קיין קאָזשניץ, נאך אין די ערשטע יארן ווען דער קאָזשניצער מגיד איז נאכנישט געווען באקאנט און האט ממש נישט געהאט אין שטוב צו עסן אויף שבת, און דער הייליגער ראדישיצער וועלכער איז נאך דעמאלט געווען א בחור, איז יעדן ערב שבת ארומגעגאנגען אין די גאנצע שטאט, כדי צוזאמצונעמען נדבות אויף צרכי שבת פאר'ן קאָזשניצער מגיד.

אויך שפעטער ווען דער הייליגער ראדישיצער איז שוין געווען א גרויסע רבי, פלעגט ער נאך אלץ פאָרן צו צדיקים, ער פלעגט פאָרן קיין אַפּטא, צום הייליגן אַפּטער רב, וועלכער האט דעמאלט געוואוינט אין שטאט מעזיבוזש, און דער הייליגער ראדישיצער איז אויסגעקליבן געווארן צו שרייבן דעם אפטער רב'ס תורה'ס.

***

דער הייליגער ראדישיצער פלעגט רוב יאר זיין ביי זיינע הייליגע רבי'ס וואו ער האט געשעפט אוצרות תורה און חסידות, און אין די קורצע צייט ווען ער איז יא געווען ביי זיך אינדערהיים, איז ער געזעסן א גאנצן טאג באהאלטענערהייט און געלערנט.

***

ביי די בארימטע גרויסע אוסטילער חתונה, ווען דעם אפטער רב'ס איידעם הרה"צ רבי דָן זצ"ל, (א זון פון הרה"ק רבי יצחק מראַדוויל זי"ע, א זון פון הייליגן זלאָטשובער מגיד זי"ע), האט חתונה געמאכט מיט די טאכטער פון הרה"ק רבי יוסל'ע ראביטשיבער, (דער זון פון הרה"ק רבי מרדכי'לע נעשכיזער זי"ע), און עס זענען זיך צוזאמגעקומען רוב צדיקי הדור לכבוד די הייליגע מחותנים, ובראשם דער מחותן דער זקן צדיקי הדור, מרן הרה"ק בעל אוהב ישראל מאפטא זי"ע, איז דער הייליגער ראדישיצער אויך דארט געווען, און איז געשטאנען נעבן דעם הייליגן אפטער רב זי"ע.

אינמיטן די סעודה האט דער אפטער רב זיך אויסגעדרייט צו זיין תלמיד דער הייליגער ראדישיצער, און אים געזאגט, בערל, דו זעסט דעם גרויסן כבוד וואס הערשט דא ביים טיש, איך ציטער זייער שטארק, צי איך בין נישט חלילה, אויף וועלכע ס'שטייט אין פסוק, ומשלם לשונאיו על פניו, אז הקב"ה צאלט פאר די רשעים גוטס אויף די וועלט.

האט דער הייליגער ראדישיצער געענטפערט, אבער לויט ווי דער רבי לערנט האט אונז שטענדיג געלערנט אז הקב"ה טוט גוטס פאר מענטשן, וועט הקב"ה דאס זיכער דאס נישט טאן פאר'ן רבי'ן, דער אפטער רב האט זיך צעשמייכלט און הנאה געהאט פונעם ענטפער.

***

ביי יענע חתונה איז דער הייליגער ראדישיצער אויסגעקליבן געווארן צו זיין דער בדחן, און דערפרייען די גרויסע צדיקים, איידער ער האט אנגעפאנגען צו זאגן בדחנות, האט ער אויסגערופן, אז ווער ס'האט נישט פארראכטן די עבירות וואס ער האט געטאן אין זיינע יונגע יארן, זאל נישט טאנצן ביי די חתונה, און דערנאך האט ער אנגעהויבן זאגן זיינע בדחנות, וואס זענען געווען קונצליך געפלאכטן מיט מוסר און התעוררות. זיינע ווערטער האבן געהאט א מורא'דיגע השפעה ביי די טויזנטער חסידים, און יעדער - פון קליין ביז גרויס - האט פארגאסן טייכן טרערן פון די געוואלדיגע הרהורי תשובה וואס ער האט אריינגעברענגט, און ער האט אויסגערעכנט די זינד פון די מענטשן וואס זיי האבן אלץ געטאן פון ווען זיי זענען געבוירן ביז יענעם טאג, אפילו וואס מ'האט געטאן אין די באהעלטעניש, חסידים האבן שפעטער געזאגט, אז מ'האט קיינמאל נישט געהאט אזא אופן פון תשובה מאהבה אזוי ווי ס'איז געווען ביי די גרויסע חתונה.

ביי יענעם גרויסן מעמד, האט דער הייליגער אור לשמים פון אפטא זי"ע געגעבן די הענט (א תקיעת כף, ס'איז אזוי ווי א שבועה) פאר'ן ראדישיצער - וועלכער איז נאך דעמאלט געווען יונג - און געזאגט, אז עס וועלן צו אים קומען צו פאָרן טויזנטער חסידים, און די ווערטער זענען טאקע מקוים געווארן.

***

דער הייליגער ראדישיצער איז געווען א תלמיד פונעם יוד הקדוש פון פּרשיסחא זי"ע, וועלכער האט אים זייער מקרב געווען, אמאל ווען ער איז געווען אין פרשיסחא, האט דער הייליגער ראדישיצער געזאגט תהלים מיט גרויס התלהבות, האט דער יוד הקדוש געזאגט פאר זיינע תלמידים, אז די קאפיטלעך תהלים פונעם ראדישיצער איז חשוב ביי השי"ת אזוי ווי אונזער גאנצע תורה.

הרה"ק רבי שמשון מזוואָלין זצ"ל איינער פון די תלמידים פון פּרשיסחא, האט איבערדערציילט פאר'ן הייליגן ראדישיצער די ווערטער וואס דער יוד הקדוש האט געזאגט וועגן זיין תהלים, אבער דער ראדישיצער האט זיך אוועקגעדרייט. יארן שפעטער, ווען דער ראדישיצער איז שוין געווען באקאנט אלס א גרויסער רבי, איז אמאל געקומען צו אים דער דערמאנטער רבי שמשון מזוואָלין, און דער ראדישיצער האט אים א שטיק צייט נישט צוגעלאזט צו זיך, נאך עטליכע טעג ווען ער האט אים שוין יא צוגעלאזט, האָט דער ראדישיצער אים געזאגט, אז דערפאר האט ער אים פון אנפאנג דערווייטערט, צוליב די דערמאנטע מעשה וואס זיי האבן געהאט אין פרשיסחא, און דער ראדישיצער האט געזאגט, אז דעמאלט ווען ער האט אים איבערדערציילט די לויב ווערטער וואס דער יוד הקדוש האט גזעאגט אויף אים, האט ער א לאנגע צייט געמוזט שווער ארבעטן אויף זיך, אז ער זאל נישט צוקומען צו גאות.

***

דער הייליגער ראדישיצער זצ"ל, האט געהאט א תלמיד, הגאון הצדיק רבי מאיר יהושע געלערנטר זצ"ל, וועלכער איז געווען דער רב פון די שטאט קלימנטוב (ער איז געווען אן איידעם פון הגה"ק ר' לייבוש מאוזרוב זצ"ל).

הרה"ק רבי מאיר יהושע האט דערציילט, אז דאס ערשטע מאל ווען מ'האט אים אנגעטראגן א רבנות פּאָסטן, אין די שטאט רייוויץ, איז ער קודם געפארן קיין ראדישיץ, צו הערן וואס זיין רבי הרה"ק מראדישיץ זצ"ל זאגט דערצו.

***

הרה"ק רבי מאיר יהושע פלעגט זיך פירן, אז סיי וואס ער האט נאר געדארפט, צו אן עצה, אדער א הסכמה אויף א געוויסע זאך, אדער ער האט געהאט חלילה א געוויסע שוועריגקייט, פלעגט ער נישט קלאר פרעגן זיין רבי [דעם הייליגן ראדישיצער] וואס ער זאל טאן, נאר ער פלעגט ווארטן ביז דער רבי האט מיט רוח הקודש אליינס געזאגט וואס ער דארף צו טאן.

אויך דעמאלט ווען מ'האט אים געוואלט אויפנעמען אלס רב, האט ער אזוי געטאן, ער איז געפארן אויף א שבת קיין ראדישיץ, און געהאפט אז דער רבי וועט אים זאגן וואס ער זאל טאן, און פון ווען ער איז אנגעקומען ביז נאך שבת, האט ער נישט גערעדט צום הייליגן ראדישיצער קיין ווארט פון די גאנצע זאך, און וויבאלד ער האט גארנישט געהערט פון רבי'ן, האט ער געטראכט, אז זיכער וויל מען דאס נישט פון הימל.

נאך שבת ווען ער האט שוין געוואלט אהיימפארן, איז ער אריין צום רבי'ן זיך געזעגענען, און דער רבי האט אים געזאגט תורה, און צום סוף האט ער אים געזאגט, כ'האב געהערט, אז איר זענט אויפגענומען געווארן למזל טוב אלס רב אין די שטאט רייוויץ.

האט רבי מאיר יהושע געזאגט, יא, פאר דעם צוועק בין איך טאקע אהערגעקומען, כ'האב געוואלט הערן דעם רבינ'ס מיינונג דערוועגן, האט דער הייליגער ראדישיצער אויפגעהויבן די הענט צום הימל, און געזאגט, מיך פרעגסטו, דאס האט דאך צו טאן ווי אזוי מ'איז גוזר פון הימל, האט רבי מאיר יהושע געזאגט, יא, דאס מיין איך טאקע, איך וויל טאקע וויסן אויב ס'איז באשערט פון הימל אז איך זאל ווערן רב.

האט דער הייליגער ראדישיצער אים געזאגט, דו ווייסט דאך, אז אלע מיינע יארן, פלעג איך פאָרן מיינע הייליגע רבי'ס, צום הייליגן חוזה פון לובלין, און קיין פרשיסחא, און קיין קאזניץ, און איך פלעג דארט זיין לאנגע חדשים און אסאך מאל יארן, און דערנאך פלעג איך אהיימפארן אויף א קורצע צייט, און דערנאך בין איך צוריקגעפארן.

איינמאל נאך סוכות, ווען איך בין צוריק אהיימגעפארן, בין איך דורכגעגאנגען א שטאט, וואו א געוויסער חסיד - וואס פלעגט אויך פארן צום רבי'ן פון לובלין - האט מיך געטראפן, און ער האט זייער הנאה געהאט מיך צו זען, און האט מיך געפרעגט, ווי אזוי ס'איז מיין מצב הפרנסה, נאכדעם וואס איך האב אים נישט קלאר געענטפערט, האט ער מיך געפרעגט, צי איך וואלט אנגענומען צו זיין ביי אים א מלמד פאר זיינע קינדער, און ער וועט מיר באצאלן. האב איך געקלערט, אז א מענטש קומט צו מיר, און טראגט מיר אָן צו ווערן א מלמד, זיכער האט אזוי פון הימל גוזר געווען, ממילא אויב ס'איז מיר באשערט פון הימל, אז איך זאל ווערן א מלמד, דארף איך אים אפילו נישט פרעגן וויפיל געלט ער וועט מיר באצאלן.

איך האב אים געענטפערט, יא, איך בין מסכים צו בלייבן דא אלס מלמד, און די גאנצע צייט האב איך האב גארנישט גערעדט פון געלט, און איך האב אים קיינמאל נישט געפרעגט וויפיל ער וועט מיר באצאלן, נאר גלייך ווען ער האט מיר געגעבן דאס געלט, האב איך דאס אהיימגעשיקט מיט א שליח, און טאמער האט ער מיר בכלל נישט באצאלט, האב איך דאס נישט געפאדערט, און עטליכע מאל פלעגט ער אליינס אהיימשיקן דאס געלט צו מיין הויז, און כ'האב אים קיינמאל נישט געפרעגט וויפיל ער האט געשיקט, ווייל פארוואס דארף איך פרעגן, ס'איז דאך סיי ווי אלעס באשערט פון הימל.

סוף זמן, ווען איך האב מיך געגרייט אהיימצופאָרן, האט ער מיר געגעבן עטליכע רובל, און האט מיר געזאגט, אז דעם אנדערן זמן זאל איך נאכאמאל צוריקקומען צו אים, איך האב טאקע אזוי געטאן, ווייל אז ער רופט מיך, איז זיכער אז ס'איז באשערט פון הימל.

ווען ער האט מיך געפרעגט, פארוואס איך פאדער קיינמאל נישט קיין געלט, און איך מאך נישט קיין חשבון וויפיל ער האט מיר שוין געגעבן, און וויפיל ער קומט מיר נאך, האב איך אים געזאגט, דו מיינסט אז ס'ווענדט זיך עפעס אין דיר, יעדע קלייניגקייט איז מען גוזר פון הימל, הקב"ה פירט יעדן ריר פון יעדן מענטש, ממילא וואס האב איך דיך צו פרעגן, איך וועל ממילא נאר באקומען וויפיל ס'איז אנגעשריבן אין הימל.

סוף פונעם צווייטן זמן, ווען איך האב מיך געזעגענט אהיימצופאָרן, האט ער מיר ווידער געגעבן עטליכע רובל, אבער ער האט מיר נישט געזאגט, אז צום נייעם זמן זאל איך צוריקקומען, איך האב אים גארנישט געוואלט פרעגן דערוועגן, און איך בין אהיימגעפארן קיין פשעדבורז, וואו איך האב דעמאלט געוואוינט, און איך בין געזעסן א גאנצן טאג אין בית מדרש און געלערנט באהאלטענערהייט, אין די גאנצע שטאט בין איך געווען באקאנט אלס, בערל בטלן, ווייל כ'האב פאר קיינעם נישט געוויזן מיין כח אין לערנען, נאר איך פלעג אסאך דאווענען און זאגן תהלים מיט געוויין, דערפאר האט מען מיך געהאלטן פאר א פשוט'ן איד, און א בטלן

דערציילט דער הייליגער ראדישיצער ווייטער פאר'ן קלימנטוב'ער רב, אין יענע צייט ווען איך בין געזעסן אין בית המדרש און געלערנט, אָן דעם וואס איינער זאל וויסן דערפון, בין איך געווען א גרויסער ארימאן, אזוי ווייט, אז עטליכע טעג, האב איך און מיין רעבצין געפאסט, ווייל ס'איז נישט געווען אין שטוב קיין שום עסן מיט וואס צו שטילן דעם הונגער. דער הונגער איז אמאל געווען אזוי שטארק, אז איינמאל האב איך געזאגט, אז אויב איינער וואלט מיר יעצט געגעבן 3 קאפיקעס (א סארט מטבע), צו קויפן ברויט, וואלט ער זיך געקענט איינקויפן דערמיט עולם הבא. דערנאך האב איך געטראכט, אויב אזוי, וועל איך מיר אליינס איינקויפן עולם הבא, האב איך אויפגעזוכט עפעס פון מיינע כלים אין שטוב כדי צו געבן פאר'ן בעקער אלס א משכון, צו קויפן דערמיט ברויט, אבער כ'האב נישט געטראפן קיין שום ווערדפולע זאך, און איך האב אראפגענומען מיין גארטל, און דאס געגעבן פאר'ן בעקער ער זאל מיר געבן אנשטאט דעם ברויט.

איינמאל האב איך געפאסט עטליכע טעג נישט האבענדיג וואס צו עסן, קיינער האט נישט געוואוסט דערפון, פונקט דעמאלט, איז א קינד פון איינע פון מיינע שכנים געווען שטארק נישט געזונט, און אלע דאקטוירים האבן שוין געהאט אויפגעגעבן ל"ע, די עלטערן האבן פרובירט אלעס וואס ס'איז שייך צו טאן, אבער דאס קינד איז גארנישט בעסער געווארן, האט זיך די מאמע פון קינד אנגערופן צו איר מאן, גיי צו רבי בערל דער בטלן, און גיב אים אכצן קאפיקעס, אז ער זאל זאגן תהלים פאר אונזער קינד, אפשר וועט ער מיט זיין תהלים אויפטאן אז דאס קינד וועט האבן א רפואה שלימה.

כאטש דאס קינד האט שוין ל"ע געהאלטן ביים שטארבן, האט דער פאטער אזוי געטאן, און האט מיר געגעבן אכצן קאפיקעס, און האט געוויינט אז איך זאל זאגן עטליכע קאפיטלעך תהלים און מתפלל זיין פאר זיין קינד. גלייך ווי איך האב באקומען דאס געלט, בין איך געגאנגען קויפן דערמיט ברויט, און זיך געוואשן און געמאכט א המוציא, ווען איך האב אנגעהויבן צו עסן, האב איך געטראכט, ווער ווייסט צו דאס קינד לעבט נאך צו נישט, אויב לעבט ער, ווי אזוי מעג איך עסן אזא ברויט, דער שכן האט דאך מיר געגעבן דאס געלט נאר כדי איך זאל מתפלל זיין פאר'ן געזונט פונעם קינד, בין איך שנעל געגאנגען מיט די רביצין זיך אונטערהערן אונטער די פענסטער פונעם שכן, צו וויסן וואס דאס קינד מאכט, האבן מיר געהערט ווי ס'איז רוהיג, האבן מיר פארשטאנען אז עס איז ב"ה בעסער געווארן דער מצב, און איך בין אהיימגעגאנגען ענדיגן עסן. פון דעמאלט אָן, האבן מענטשן אנגעהויבן קומען צו מיר מיט בקשות, און מיר געגעבן געלט, און כ'האב עס געמוזט נעמען פון זיי, ווייל אז זיי האבן מיר דאס געגעבן, איז זיכער אז ס'איז אזוי באשערט פון הימל.

האט דער הייליגער ראדשיצער אויסגעפירט פאר זיין תלמיד רבי מאיר יהושע, יעצט, אז דו ביסט אויפגענומען געווארן אלס רב, זאלסטו נישט קלערן אז דיין פרנסה ווענדט זיך אין די בעלי בתים אדער אין קהל, נאר זאלסט וויסן אז אלעס איז פון הימל, דאס קרוין פון רבנות גיט מען פון הימל, זאסלטו נישט מורא האבן פאר קיין שום מענטש, ווייל קיינער וועט דיר נישט קענען טאן קיין שלעכטס.

***

ס'איז אמאל געווען א דארפסמאן מיט'ן נאמען עוזר, ער איז געווען א הויעכער שטארקער מענטש, די גוים אין דאָרף האבן אים מכבד געווען ווייל ער איז אלעמאל געווען גרייט א טובה צו טאן פאר יעדן און פלעגט זיי העלפן שלעפן שווערע פעקלעך, ער האט געצויגן זיין זיין פרנסה פון דעם וואס די דארפסלייט פלעגן אים געבן הינדלעך און גענז, און ער פלעגט דאס טראגן אין די גרויסע שטעט און זיי פארקויפן אין מארק.

איינמאל האט פאסירט אז א גוי האט אים געגעבן אסאך קאטשקעס צו פארקויפן אין שטאט, אינמיטן וועג האט ער באמערקט ווי א גרופע קאזאקן קומען אים אנטקעגן, ס'האט אים אנגעכאפט א שרעק, ווייל די קאזאקאן זענען געווען געפערליכע רשעים, ער האט מתפלל געזאגט צו הקב"ה אז זיי זאלן אים גארנישט שעדיגן, די קאזאקן זענען אים טאקע אריבערגעגאנגען און האבן אים גארנישט געשעדיגט, אבער עטליכע מינוט שפעטער באמערקט עוזר אז איין קאזאק איז ארויס פון די גרופע, און קומט צוריק צו אים, און האט אים שטארק נאכגעשריגן צוליב דעם וואס ער איז א איד, עוזר האט אים אבער גארנישט געענטפערט.

ווען דער קאזאק האט געזען אז עוזר מאכט זיך נישט וואוסענדיג, האט ער גענומען א שפיז און דאס אריינגעשטאכן אין איין קאטשקע, און האט דאס געוואלט צונעמען, אבער עוזר האט זיך געבעטן ביי אים אז ער זאל דאס נישט טאן, ווייל די קאטשקעס זענען נישט זיינע, און יעדע קאטשקע וואס ער וועט נישט צוריק ברענגען, וועט ער דארפן באצאלן דערויף טייער געלט, ווען דער קאזאק האט דאס געהערט איז ער געווארן אין כעס און האט דערלאנגט פאר עוזר א פאטש אין פנים, עוזר האט זיך נישט פארלוירן, און האט גלייך צוריק געגעבן פאר'ן קאזאק א שטארקן פאטש אין פנים, און דער קאזאק איז גלייך אראפגעפאלן א טויטער.

עוזר האט זיך זייער דערשראקן, ווייל אויב וועט איינער באמערקן דעם טויטן קאזאק, וועט ער באקומען גאר א הארבן שטראף, דעריבער האט ער באשלאסן אז ער וועט שנעל באגראבן דעם טויטן גוי, און וועט מאכן א שווייג.

ער האט שנעל געגראבן א גרוב און געוואלט אריינלייגן דארט דעם טויטן גוי, אבער צו זיין מזל האט דער גענעראל פונקט דעמאלט באפוילן אז מ'זאל איבערציילן די קאזאקן צו מאכן זיכער אז קיינער פעלט נישט, און ער האט באמערקט אז איין קאזאק פעלט, דעריבער האט ער געשיקט עטליכע סאלדאטן צו זוכן דעם פארלוינעם קאזאק, און פונקט האט יענער באמערקט ווי עוזר האלט אינמיטן באגראבן דעם געשטארבענעם קאזאק.

דער סאלדאט האט געבינדן עוזר און אים געברענגט צום גענעראל, עוזר האט זיך געבעטן אז ער זאל אים אפלאזן, ווייל ער איז אומשולדיג, וואס האט ער געקענט טאן ווען דער קאזאק האט אים קודם געשלאגן, אבער דער סאלדאט האט זיך נישט וואוסענדיג געמאכט, און אים געברענגט צום גענעראל, דער גענעראל האט אים אריינגעווארפן אין תפיסה, און ס'האט אים געווארט גאר א שווערן משפט.

נאכדעם וואס די משפחה פון עוזר האט איינגעצאלט א גרויסע סכום געלט, האט מען אים ארויסגעלאזט פון תפיסה ביז'ן משפט, עוזר האט אויסגענוצט די געלעגענהייט און איז געפארן צום הייליגן ראדישיצער זי"ע, בעטן אז דער צדיק זאל אים אנוואונטשן אז די רשעים זאלן אים גארנישט שלעכטס טאן, ווען ער איז אריינגעקומען צום רבי'ן האט ער זיך אויסגעגאסן זיין צובראכן הארץ און געבעטן אז דער רבי זאל אים אנוואונטשן.

דער רבי האט אים אויסגעפרעגט אלע פרטים פון די מעשה, און נאכ'ן זיך פארטראכטן א לענגערע צייט, האט דער רבי זיך צושמייכלט און אים געזאגט, כ'האב פאר דיר אן עצה, כאפ דיך אריבער קיין ווארשא וואו עס וואוינט דער הויפט גענעראל, זאלסט זיך נישט דערשרעקן, נאר אריינגיין מיט א זיכערקייט, זאלסט זאגן פאר'ן שומר אז דו האסט א וויכטיגע ענין צו רעדן מיט'ן הויפט גענעראל, עוזר האט געפאלגט דעם רבי'ן און איז געפארן קיין ווארשא.

ביים טויער פונעם הויפט גענעראל זענען געווען אסאך זעלנער וועלכע האבן אכטונג געגעבן אויף די שטוב, עוזר האט זיך נישט דערשראקן נאר ער האט געטאן אזוי ווי דער רבי האט אים באפוילן, און איז צוגעגאנגען צום שומר און אים געזאגט, אז ער האט זייער א וויכטיגע ענין צו רעדן מיט'ן הויפט גענעראל, און צו זיין וואונדער האט אים דער שומר גלייך אריינגעלאזט.

ווען עוזר איז אריבערגעגאנגען דעם הויפט טויער, האט ער אריינגגעקלאפט אויפ'ן טיר פון אינעווייניג, און ווען זיין פרוי האט געעפענט, האט זי א שריי געגעבן, עוזר וואס טוסטו דא, עוזר האט נישט געוואוסט פון וואו זי קען אים, אבער זי האט אים גלייך געפרעגט, זאג נאר ביסטו דער עוזר פון יענעם און יענעם דאָרף, האט ער געענטפערט אז יא, האט זי געפרעגט, וואס טוסטו דא, האט ער דערציילט די גאנצע מעשה מיט'ן גע'הרג'טן קאזאק, און געזאגט אז ער האט שטארק חרטה דערויף, און ער בעט אז מ'זאל אים באפרייען.

האט די פרוי אים דערציילט אז אלס קינד האט זי געוואוינט אין יענעם דארף, און ער געדענקט נאך ווי אזוי עוזר פלעגט יעדעם ארויסהעלפן, דעריבער דארף ער זיך גארנישט זארגן, זי פארשטייט אז ער האט דאס נישט געטאן בכוונה, און ס'וועט גארנישט פאסירן אז ס'איז דא איין קאזאק ווייניגער אויף די וועלט, זי האט דערציילט די גאנצע מעשה פאר איר מאן, און געבעטן אז ער זאל אים באפרייען.

דער הויפט גענעראל האט געהייסן אז עוזר זאל אריינקומען צו אים, און האט אים זייער פריינטליך אויפגענומען, און געזאגט אז ער דארף זיך גארנישט זארגן, ער וועט ערלעדיגן אז ער זאל באפרייט ווערן, עוזר האט זיך זייער שטארק באדאנקט פאר אים און איז אהיימגעפארן, און ער האט טאקע גלייך באקומען א בריוו פון די פאליציי אז ער איז גענצליך באפרייט פונעם משפט. עוזר איז גלייך צוריקגעפארן קיין ראדישיץ, און זיך שטארק באדאנקט פאר'ן הייליגן צדיק, וועלכער האט אים געראטעוועט זיין לעבן, און ס'איז מקויים געווארן דעם פסוק שלח לחמך על פני המים כי ברוב הימים תמצאנו (שיק דיין ברויט אויף די וואסער, ווייל עס וועט דיר נאך צוניץ קומען אין די שפעטערע טעג.

***

רבי איציקל וואורקער איז אַמאָל געוועהן שטאַרק נישט געזונט. האָט ער געשיקט אַ שליח מיוחד מיט אַ קוויטל און אַ פדיון צום ראַדישיצער ער זאָל אויף אים מתפלל זיין. האָט דער ראַדישיצער צוריק געשיקט מיט דעם שליח אַ שטיקל צוקער פאַר אַ סגולה. ווען דער שליח איז צוריק געקומען צום רבי איציקל וואורקער האט ער גענומען דאָס שטיקל צוקער אין די האַנט, געזאָגט: "הנני מוכן ומזומן לקיים מצות עשה לשמוע דברי חכמים" און האָט געגעסן די צוקער. ווי נאָר ער האָט עס אויפגעגעסן האָט ער שוין געפילט אַ בעסערונג, און ביז אַ קורצע צייט איז ער אינגאנצן געזונט געוואָרן. פון דעמאלס פלעגט רבי איציקל וואורקער שיקן ביי יעדע צרה שלא תבא אַ קוויטל מיט אַ פדיון צום ראַדישיצער ער זאָל מתפלל זיין פאַר אים. עס איז אמאל צו עם געקומען א איד וואס האט געהאט א גרויסע קלאפ אויפן קאפ וואס די דאקטורים האבן געזאגט אז עס צו דעם נישט דא קיין רפואה, און עס קען ח"ו אנקומען ביז צום מוח, האט דער ראדעשיצער רב עם געגעבן א שמאטע און ארויף געשמירט א זאלב און דאס געלייגט אויף זיין קאפ און עם געהייסן צוריק קומען נעקסטע טאג, צומארגענס האט ער געזעהן אז עס איז כמעט אינגאנצן אויסגעהיילט האט ער נאך אמאל געלייגט און עס האט זיך אינגאנצן אויסגעהיילט האט מען עם געפרעגט וואס איז דאס וואונדערליכע זאלב האט ער געזאגט אז דאס וואס בלייבט איבער פון די עפל און האניג פון ראש השנה וואס מען עסט פאר א זכר צו א זיסע יאר ניצט ער פאר אויסהיילן. אמאל איז געקומען א דארפס איד אויף יום כיפור און ווען ער איז אריין אין שול האט ער געזעהן ווי אלע וויינען האט ער געטראכט די אידן מסתמא זענען זיי הינגעריג ווייל זיי האבן נישט געהאט וואס צו עסן פאר דעם וויינען זיי, דער דארפס איד האט זיך דערמאנט אז פארן אוועק פארן פון שטוב האט ער געלאזט א פישקע פון קעיז אינדרויסן און עס פארגעסן אראפ צו טראגן אין קעלער וואס איז קיל און עס וועט פארדארבן ווערן, האט ער אויך אנגעהויבן שטארק צו וויינען, ביז ער האט אריינגעטראכט אז עס קען נישט זיין אז פארדעם וויינען אלע נאר די אידן וויינען צוליב תשובה וואס זיי טוהן אויף זייערע עבירות האט ער מיט זיי צוזאמען תשובה געטאן אויף זיינע אלע עבירות, און ער האט פארשטאנען אז די הרהור תשובה איז דורך זיין רבי וואס האט געזיכט א וועג אריין אין זיין הארץ. עס זענען געקומען צו פארן צוויי חסידים און זיי האבן געמיזט נעכטיגן נישט ווייט פון שטאט, אבער וואסער פאר נעגל וואסער איז דארט נישט געווען איז איינער פון די חסידים געגאנגען קויפן א פלאש ביר און מיט דעם זיך געוואשן נעגל וואסער, דער אנדערע חסיד האט אבער געטראכט אז אויב עס איז נישט דא קיין וואסער דארף ער זיך נישט וואשן נאר ווען ער וועט אנקומען אין שטאט וועט ער זיך וואשען, ווען זיי זענען אנגעקומען צום ראדישיצער רב האט ער גלייך אויפגענומען דער חסיד וואס האט זיך יא געוואשן די הענט מיט די ביר, און דער צוויטער האט ער פון זיך דערווייטערט. ווען דער ראַדישיצער איז אַמאָל געווען אויף שבת אין וואָלאָשצאָווא, און האָט געגעסן אַ סעודה ביי זיינס אַ קרוב, האָט ער געהייסן מ'זאָל אויך לאַדענען דעם מאור ושמש, וועלכער איז אויך פּונקט אָנגעקומען אין די שטאָט. דער בעל הבית ביי וועמען די צוויי צדיקים האָבן געגעסן האָט זיך מזכיר געווען אַז ער איז שוין פערציג יאָר נאָך די חתונה, און ער האָט נאָר איין בת יחידה. ער האָט נאָך נישט זוכה געווען צו האָבן אַ בן זכר. און ער האָט דערביי זייער געקרעכצט אַז יעצט קען ער שוין נישט על פי דרך הטבע געהאָלפן ווערן מיט קינדער. האָט דער ראַדישיצער געהייסן מען זאָל געבן משקה צום טיש, און האָט געבעטן דעם מאור ושמש מסכים צו זיין דער איד זאָל געהאָלפן ווערן מיט אַ בן זכר. פאַרשטייט זיך אַז דער מאור ושמש האָט מסכים געווען, און צום יאָר איז יענער איד אויפגעראָכטן געוואָרן מיט אַ בן זכר, שוין אויף די עלטערע יאָרן. רבי נתן דוד פון שידלאווצע האט אמאל דערציילט פאר כ"ק הרה"ק דער ערשטער בעלזער רב ווי ער האט אמאל געזעהן א קראנקער מענטש אויף די נירען און עס איז ממש געוועהן א סכנה, איז ער געקומען צום ראדישיצער, און דער ראדישיצער האט געהייסן צומאלן א שטיקל פון די אפיקומן פון פסח און עס געבן פארן חולה צו עסן, און אזוי ווי ער האט נאר פון דעם געגעסן איז ער געווארן אינגאנצען אויסגעהיילט.

***

אין די אינגע יארן, ווען דער רבי ר‘ ישכר בער האט נאך געוואוינט אין חמעלניק, האט ער געלעבט אין גרויס דחקות. אמאהל ערב פסח, איז די רביצין געזעסן און געוויינט. עס איז שוין ערב פסח. און עס איז נאך גארנישט דא אין הויז פון וואס צו מאכן דעם פסח. פלוצלונג זענען אריינגעקומען צוויי אידן, בעלי צורה. און זיך געוואנדן צו די רביצין מיט א בקשה. היות זיי זענען פון א ווייטע שטאט, און זיי מוזן פארברענגען דעם יום טוב פסח דא אין חמעלניק, וואלטן זיי געוואלט דא פראווען דעם יום טוב, וויסנדיג, אז דא וואוינט א גרויסער ירא שמים, און זיי זענען זיך נוהג מיט גרויסע חומרות פסח. דערהערנדיג זייער פארלאנג, רופט זיך אן די רעבעצין, "כ‘וואלט איין גערן אריינגענומען אין שטוב אויף יום טוב, אבער כ‘האב דאך גארנישט אין שטוב, אפילו נישט קיין כזית מצה פאר די ערשטע נאכט!"

זאגן די אידן, "דאס איז נישט קיין פראבלעם. מיר האבן פון אלעם גוטן מיטגעברענגט, קיין פראגע פון געלט אויף איינצוקויפן די געברויכן אויף יו“ט איז אויך נישטא, ווייל מיר וועלן אלץ באצאהלן. מיר דארפן נאר אן ערליך אידיש הויז, ווי מיר וועלן קענען פראווען דעם יום טוב מיט אלע חומרות און הידורים אין כשרות". זעלבסט פארשטענדליך, אז די רעבעצין, די צדיקת, האט צוגעשטימט אריינצונעמען די פרעמדע געסט אין שטוב.

ס‘איז שוין די נאכט פון יום טוב. דער הייליגער ראדישיצער איז געבליבן זיצן אין שוהל. וואס האט ער זיך צו איילן? צו זעהן ווי די הונגעריקע קינדער בעטן עסן און ס‘איז נישטא וואס זיי צו געבן?... צוצוגרייטן צום סדר? ס‘איז דאך נישטא פון וואס... ס‘גייען צו, צו אים צוויי חשוב‘ע אידן, וועמען דער הייליגער ראדישיצער געבט א ווארעמען שלום עליכם. זיי לאזן זיך נישט לאנג ווארטן, און זאגן אים, אז זיי ווילן פראווען מיט אים צוזאמען דעם סדר. מיט גרויס ווייטאג פארענטפערט ער זיך פאר זיי, אז ער האט ליידער נישט וואס זיי צו געבן, און דעריבער ראט ער זיי צו גיין שנעל און זוכן אן אנדערע אידישע שטוב ווי צו פראווען דעם סדר. די געסט לאזן אבער נישט נאך. מיר וועלן פראווען אזוי ווי דו דעם סדר. יא עסן נישט עסן, נישט קיין אונטערשייד... דער הייליגער ראדישיצער האט זיך שטארק געוואונדערט אויף זייער ענטפער, און פארשעמטערהייט זיי מיטגענומען צו זיך אהיים.

אריינקומענדיג אין הויז, זעהט דער הייליגער ראדישיצער מיט גרויס פארוואונדערוננ, ווי א גרויסער לעכטיגקייט שיינט ארויס פון אלע ווינקלען. א טיש צוגעגרייט מיט אלעם גוטן, מצות, וויין, און א רחבות‘דיגע ‘היסב-בעט‘ צו פראווען דעם סדר, אזוי ווי אן אמת‘ער בן-חורין. טראכט ער ביי זיך, מילא, די רעבעצין האט ליידער נישט געקענט ביישטיין דעם נסיון, זי האט גענומען ביי מענטשן געלט פאר די אויסגאבן פון יום טוב. צו מעג איך אבער נהנה זיין פון אזא סעודה? זיין פארוואונדערונג האט אבער לאנג נישט געדויערט, די רעבעצין האט אים באלד דערציילט אלץ וואס איז זיך פארלאפן מיט די צוויי געסט, אז זיי האבן געברענגט פון אלעם גוטן כדי צו פראווען צוזאמען דעם סדר. דער דער הייליגער ראדישיצער האט שוין דעמאלט געפראוועט דעם סדר מיט גרויס התלהבות און פרייד.

ער האט געזונגען און געזאגט געהויבענע דברי תורה. פארשטייט זיר אז אזא סדר ווי ביים הייליג'ן ראדישיצער איז יענעם פסח נישט געווען אין גאנץ חמעלניק.

מוצאי יום טוב, ווען דער צדיק האט זיר געוואלט געזעגענען פון די געסט און זיי באדאנקן פאר‘ן צושטעלן אזא געהויבענעם סדר, האט ער צו זיין גרויס פארוואונדערונג זיי נישט געקענט געפונען. מיט א צייט שפעטער, ווען דער הייליגער ראדישיצער איז געקומען צו זיין הייליגן רבי‘ן, דעם חוזה פון לובלין האט אים דער חוזה געפרעגט: נו, ישכר בער, ווי האבן אויסגעזעהן אין דיינע אויגן די מלאכים גבריאל און מיכאל?...

***

דער הייליגער ראדישיצער האט געהאט א פלעשל אויל, וואס מיט דעם האט ער געהיילט אסאך קרענק. דאס פלעשל אויל איז נאך געווען פונעם הייליג'ן קאזשניצער מגיד וואס איינער האט אים געגעבן אלס א מתנה. די מעשה וויאזוי דאס פלעשל אויל איז אנגעקומען צום הייליגן ראדישיצער, איז געווען ווי פאלגענד: ס'האט פאסירט ביים מענטש וואס האט געהאט די אויל, אז דאס פלעשל אויל איז אראפגעפאלן פונעם פענסטער, און ס'איז געפאלן אויף די ערד אויפגעשטעלטערהייט. דאס איד געווען א גרויסע וואונדער ביי די צוקוקער. דער הייליגער ראדישיצער האט גלייך געפיהלט אז דער מענטש האט די אויל פונעם קאזשניצער מגיד, און ער האט געשיקט נאך אים. ער האט דאס געוואלט אפקויפן פאר גרויס געלט, אבער יענער האט נישט געוואלט נעמען קיין געלט פונעם צדיק,, נאר ער האט דאס אים געגעבן אלם מתנה.

***

צווישן די רפואות וואס דער הייליגער ראדישיצער האט געהאט; זענען געווען דריי סארטן בורשטין (א גראז). די ערשטע האט מען גערופן 'חולין', די צווייטע איז געווען 'חולין שנעשו על טהרת הקודש', און די דריטע איז געווען 'קודש'. די בורשטין וואס האט געהייסן 'קודש' האט דער הייליגער ראדישיצער באקומען פונעם קאזשניצער מגיד אליין. דער ראדישיצער האט געזאגט אויף די בורשטין אז ס'פארמאגט אזא גרויסן כח, אז אויב א טויטער וואלט צוגערירט דערצו, וואלט ער געווארן לעבעדיג. אמאהל האט פאסירט אז א דיבוק איז געקומען צום הייליג'ן ראדאשיצער'ס שטוב. דער צדיק איז דעמאלט געזיצן אין זיין צימער ווי זיין שטייגער, און קיינער האט נישט געקענט אריינגיין צו אים. איז געגאנגען זיין איידעם הגה"צ רבי יצחק, און ער האט גענומען פון די בורשטין וואס איז געווען חולין על טהרת הקו-ד ש, און ער האט געשפריצט דערפון אויפ'ן דיבוק. דער דיבוק האט אנגעהויבן צו שרייען מיט משונה'דיגע קולות, ביז די גאנצע שטאט איז זיך צוזאמגעלאפן פון די געשרייען וואס ער האט געמאכט, און אלע ארומיגע זענען דערשראקן געוווארן. ווען דער הייליגער ראדישיצער האט געהערט די געשרייען, האט ער געפרעגט וואס ס'איז געשעהן? האט אים זיין איידעם געזאגט, אז דער מענטש מיט'ן דיבוק שרייט אזוי שטארק.

האט אים דער ראדישיצער געפרעגט אויב ער האט אים נישט געגעבן פון די בורשטין. האט ער געזאגט אז יא! האט אים דער ראדישיצער געזאגט: "אויב וועגן דעם, איז גוט....

***

דער ראדאשיצער איז געווען ביי זיין רבי‘ן רבי משה לייב אסאך יאהרן נאכאנאנד, אין ער האט אסאך גענאסן פון אים. אמאל האט דער רבי ר‘ משה לייב געהאט עפעס אן עסק אין געהויבנע ענינים. ער האט שוין געהאט געטוען אלע סארט תחבולות און ס‘האט נישט געהאלפן. האט ער גערופן זיין אינג‘ן תלמיד רבי ישכר בער, אז ער זאל מיט אים גיין צום טייך. ס‘איז דעמאלט געווען ווינטער, און די וואסער איז געוועך פארפרוירן. האט רבי ר‘ משה לייב גענומען א האַק, און אויסגעהאקט א לאך אין די אייז.

ער איז זיך אראפ טובל‘ן דריי הונדערט און צעהן טבילות, אבער ער האט געפיהלט אז ער האט נאכנישט אויפגעטוען .

דער ראדאשיצער איז די גאנצע צייט געשטאנען נעבן אים. האט רבי ר‘ משה לייב אים געזאגט: “בערל, זאג מיר דעם סמ“ע פון חושן משפט סימן ע“ב וואס מיר האבן געלערנט“.

דער ראדאשיצער האט אים געזאגט אויף אויסענווייניג עטליכע בלאט פונעם סמ“ע. דערנאך האט זיך רבי ר‘ משה לייב געטובל‘ט נאך איינמאהל, און ארויפקומענ‘דיג האט ער געזאגט: “דער עסק איז ברוך השם געענדיגט געווארן צום גוטן.“ פון דעם זעהט מען אז דער ראדאשיצער איז געווען זייער גרויס אויך אין נגלות התורה ווי איינער פון די גדולים, נאר ער האט זיך געפירט צו באהאלטן זיינע הייליגע מעשים, און ער האט געוואלט אז מענטשן זאלן אים האלטן פאר א פשוט‘ן בטל‘נישע מענטש.

***

ס'האט דערציילט הרה"ח ר' משה אהרן, אז פאר זיין זיידן ר' ישראל האט זיך נישט געהאלטן קיין קינדער רח"ל. איז ער געפאהרן קיין ראדישיץ און ער האט זיך אויסגערעדט פאר'ן הייליג'ן ראדישיצער. האט אים דער צדיק געהייסן אז ער זאל א נאמען געבן פאר זיינע קינדער נעמען פון די חיות פונעם פעלד אלס א סגולה אז זיינע קינדער זאלן זיך האלטן.

ער האט טאקע א נאמען געגעבן פאר זיין קינד וואס איז אים שפעטער געבוירן געווארן 'צבי זאב'. דאס קינד האט מאריך ימים געווען און האט געהאט געזונטע קינדער און אייניקלעך.

***

עס האט דערציילט הרה“צ רבי אליעזר שמואל פון טאמאשוב זצ“ל, אז ווען זיין שווער‘ס ברודער הרה“ח ר‘ יעקב ז“ל איז געווען א יונגל פון פינף יאר אלט, איז ער קראנק געווארן מיט זייער א שווערע קרענק רח“ל, און די דאקטוירים האבן אים שוין אפגעזאגט. זיינע עלטערן האבן געשיקט א ספעציעלע שליח אים מזכיר צו זיין ביים ראדאשיצער. אז ער זאל מעורר רחמים זיין אויף אים אז

ער זאל בלייבן לעבן. דער ראדאשיצער האט געגעבן פאר‘ן שליח א גלאז וויין, און האט אים געהייסן אז גלייך ווען ער קומט צום שטוב פונעם קראנקן זאל ער אריינלייגן די וויין אינעם קראנק‘ענס מויל אין סיי וואס פאר א צושטאנד ער וועט אים טרעפן. אויך האט אים דער ראדאשיצער געהייסן געבן צדקה אכצן זילבערנע רובל פאר די ארימעלייט פון שטאט. דערנאך האט ער אים אנגעוואונטשן און געזעגנט.

ווען דער שליח איז אנגעקומען צום קראנקן, האט ער אים שוין געפונען נישט לעבעדיג רח“ל. ער האט אים געטאפט, אבער ער האט מער נישט געהאט קיין דופק (פולס). מען האט שוין געהאט געצינדן ליכט און געזאגט די פסוקים. דער שליח האט נישט געקוקט דערויף, נאר ער האט געעפנט דאס קינד‘ס מויל מיט א פעסטקייט, און אריינגעגאסן פונעם גלאז וויין אזוי ווי דער ראדאשיצער האט אים געהייסן. דאס קינד האט גלייך געעפנט די אויגן, און מען האט געזעהן אז ער לעבט. די מענטשן וואס זענען געשטאנען ארום און האבן שוין געהאט געזאגט די פסוקים, זענען דערציטערט געןןארן פונעם מורא‘דיגן וואונדער.

צוביסלעך איז אים געווארן בעסער, און ביז געציילטע טעג איז ער געווארן געהעריג געזונט. זיי האבן געטוען וואס דער ראדאשיצער האט געהייסן און אויסגעטיילט אכצן זילבערנע רובל פאר די ארימעלייט פון שטאט.

***

א גוט שבת. זכות הצדיקים זיעואכי"א. זאלן משפיע זיין א גוטע וואך אין מזל'דיגע וואך מיט געזונט פרנסה אין נחת.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל