אין די לעצטע טעג פאר׳ן פארלאזן זיין אמט האט פרעזידענט אבאמא ארויפגעלייגט א רייע סאנקציעס אויף רוסלאנד, און איינע פון זיי איז געווען דאס אפשפארן צוויי רוסישע קאמפלעקסן וועלכע האבן געדינט פאר די באקוועמליכקייט פון זייערע דיפלאמאטן, איינע אין מערילענד און די אנדערע אין לאנג איילענד. די צוויי קאמפלעקסן זענען געבליבן אפגעשפארט אונטער די אויפזיכט פון די פעדעראלע רעגירונג, טראץ פארלאנגען פון רוסלאנד עס צו ווידערעפענען.

דער רוסישער אויסערן מיניסטעריום ווארטזאגער האט נעכטן געשטעלט אן אולטימאטום, זאגנדיג אז אויב אמעריקע וועט נישט צוריקגעבן צוטריט פאר רוסלאנד צו די געביידעס, וועט מאסקווע אויך קאנפיסקירן אמעריקאנער פראפערטי אין רוסלאנד. ער האט אבער געזאגט אז ער וועט קודם ווארטן צו זעהן וויאזוי די באציאונגען צווישן טראמפ און פוטין וועלן זיך פארמירן ביי די בעפארשטייענדע דשי-20 סאמיט ווי ביידע פירער וועלן זיך באטייליגן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל